תענית אסתר

ווערסיע פון 03:27, 6 פעברואר 2023 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה, הגהה, רעדאגירונג, פארברייטערט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

די טעם פארן תענית

לויט טייל ראשונים איז די תענית א זכר די די תענית וואס מען האט געפאסט ביי די מלחמה קעגן די שונאים י"ג אדר. ביי אידן איז געווען איינגעפירט אז די טאג פון א שלאכט פלעגט מען פאסטן, אזוי ווי מען זעט אז משה רבינו האט מתקן געווען א תענית ווען די אידן האבן מלחמה געהאלטן מיט עמלק[1].

לויט אנדערע איז תענית קעגן די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט אויף פארלאנג פון אסתר המלכה איידער זי איז אריין צו אחשוורש[2]. כאטש וואס דעמאלסט האט מען געפאסט אין ניסן פאסט מען היינט אין אדר ווייל אין ניסן טאר מען נישט פאסטן. אזוי אויך פאסט מען בלויז איין טאג, און נישט דריי, נישט צו פארשווערן אויפן ציבור.

אין מסכת סופרים ווערט געברענגט אז די מנהג איז געווען צו פאסטן דריי טעג אזוי ווי בשעת די מעשה פון פורים, אבער מפוזרין, שני חמישי ושני. דער אליה רבה ברענגט בשם די ריב"ש, אז אין מדרש אסתר איז משמע אז אויך די פאסטעג אין די צייטן פון די גזירה זענען געווען מפוזרין; ווידעראום די שיטה פון די בבלי איז קלאר אז מען האט דעמאלסט געפאסט דריי טעג ברציפות.

דער כף החיים[3] ברענגט פון מגיד מישרים[4] אז די מען פאסט מכניע צו זיין די קטרוג פון די שטן אויף דעם וואס די אידן עסן און טרונקען זיך אן פורים.

די משנה ברורה שרייבט אז די ציל פון די פאסט איז "כדי צו געדענקען אז די השי"ת זעט און הערט יעדער מענטש אין צייט פון נויט אויב וועט ער פאסטן און זיך צוריקקערן צום באשעפער מיטן גאנצן הארץ אזוי ער האט געטון אין יענער צייט[5].

די מקור פון די תענית

י"ג אדר איז אויסגערעכנט אין מגילת תענית אלץ יום נקנור, צו פייערן דעם זיג פון יהודה המכבי איבער די יווני'שע קרעפטן אין שפיץ פון ניקנור אין שנת ג'ת"ר. אין די טעג אויסגערעכנט אין מגילת תענית האט מען איידער די חורבן נישט געטארט פאסטן, דאס רעכנט לכאורה אויך אריין י"ג אדר, די טאג פון תענית אסתר.

טייל ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן. די ראב"ד און די כל בו זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" לזכר הנס, אנדערש ווי געווענליכע פאסטעג וואס זענען אלץ אבילות.

רבינו תם און די רבי אחאי גאון אין שאילתות טייטשן דאס וואס די גמרא דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל" אז עס מיינט אז עס איז א פאטס טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען די זאגן תפילות און תחנונים. דאס איז לויט זיי א ראיה צו דעם אז די תקנה איז שוין אנגעגאנגען בזמן הבית. רש"י טייטשט אבער דער לשון הגמרא אז י"ג אדר איז א פאסיגע טאג צו ליינען די מגילה וויבאלד דאן האבן זיך די אידן אין אלע לענדער צוזאמען גענומען אין די מחלמה קעגן די שונאים, ווי עס שטייט אין פסוק "להקהל ולעמוד על נפשם".

לויט טייל ראשונים האבן מרדכי און אסתר נאך מתקן געווען די תענית, ווי מען זעט פון די פסוק אין די מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"; פון דא איז משמע אז די אידן האבן פריער געהאט מקבל געווען "דברי הצומות וזעקתם", וואס מיינט לויט דער שיטה תענית אסתר. די ר"ן טייטשט אבער דעם פסוק אנדערש, אז עס מיינט אז די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים פונקט ווי זיי האבן מקבל געווען די פיר תעניתים וואס די נביאים האבן מתקן געווען נאכן חורבן בית המקדש.

אנדערע ראשונים זאגן אז תענית אסתר איז א שפעטערע מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן, און עס איז נישט געווען אין די צייטן ווען מגילת תענית האט נאך נוהג געווען[6]. דער אבודרהם שרייבט אז די תקנה איז פון נאך חתימת התלמוד[7]. עס ווערט דערמאנט בפירוש הערשט אין מדרש תנחומא[8].

אין מסכת סופרים ווערט געגרברעגט אז די מנהג איז געווען צו פאסטן דריי טעג. מען פלעגט זיי פאסטן צושפרייט: שני, חמישי ושני, און נישט "רצופין". די מנהג איז געווען צו פאסטן פאר פורים, אבער אין ארץ ישראל פלעגט מען פאסטן נאך פורים, צוליב יום נקנור און יום טוריינס וואס געפאלן פאר פורים. דער בית יוסף זאגט אז היינטיגע צייטן פאסט מען נאר איין טאג נישט צו פארשווערן אויפן ציבור.

רעפערענצן

  1. רבינו תם, געברענגט אין רא"ש אין מסכת מגילה פרק א סימן א; מדרש תנחומא פרשת בראשית סימן ג

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק תעניו"ת, הלכות ה'–ה', לויט די ב"ח אין אורח חיים סימן תרפ"ו
  3. רבי יעקב חיים סופר, כף החיים, סימן תרפו סעיף קטן ח
  4. רבי יוסף קארו, מגיד מישרים, פרשת ויקהל מהדורא קמא ספר מגיד מישרים פרשת ויקהל מהדורא קמא אור י"ג לאדר השני
  5. משנה ברורה, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ב'
  6. רמב"ן, מלחמות ה' אויף די רי"ף מסכת מגילה דף ד עמוד א מדפי הרי"ף; אבן עזרא אסתר פרק ט פסוק ל
  7. רבי דוד אבודרהם, אבודרהם, ונציה, שכ"ו, סדר תעניות דף צג עמוד ב
  8. פרשת בראשית סימן ג. זע רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, דברי יציב חלק ב, נתניה, תשנ"ו, סימן רצ