מתנות לאביונים

ווערסיע פון 20:21, 31 יאנואר 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונג, מכלוליזאציע)

מתנות לאביונים איז איינע פון ​​די מצוות פון פורים, און איז א פליכט סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען. די מצוה איז צו געבן "מתנות" אום פורים פאר כאטש צוויי ארעמעלייט, כאטש איין מתנה פאר יעדן איינעם פון זיי. איבערן שיעור וויפיל מ'דארף געבן, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען.

צדקה פושקעס פאר מתנות לאביונים

מקור פון דער מצוה

דער מקור פון דער מצוה איז אין מגילת אסתר, אזויווי ס'ווערט געברענגט אינעם בריוו וואס מרדכי הצדיק האט געשריבן צו די אידישע איינוואוינער אין אלע לענדער וואס זענען אונטערטעניגט אונטערן קעניג אחשוורוש:

וַיִּכְתֹּב מָרְדֳּכַי אֶת הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה, וַיִּשְׁלַח סְפָרִים אֶל כָּל הַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ, הַקְּרוֹבִים וְהָרְחוֹקִים. לְקַיֵּם עֲלֵיהֶם לִהְיוֹת עֹשִׂים אֵת יוֹם אַרְבָּעָה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ אֲדָר וְאֵת יוֹם חֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ, בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה. כַּיָּמִים אֲשֶׁר נָחוּ בָהֶם הַיְּהוּדִים מֵאוֹיְבֵיהֶם, וְהַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה וּמֵאֵבֶל לְיוֹם טוֹב, לַעֲשׂוֹת אוֹתָם יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה וּמִשְׁלוֹחַ מָנוֹת אִישׁ לְרֵעֵהוּ וּמַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים.

ווי עס ווערט געשילדערט אין די פסוקים פון דער מגילה, איז דער יום טוב פורים אפגעצייכנט געווארן אינעם ערשטן יאר פון דער פאסירונג, דורך ספאנטאנישע געווינס פייערונגען נאכן געווינס פון די אידן אין דער שטאט שושן און אין אלע אנדערע שטעט פון דער פערסישער אימפעריע. א יאר דערויף, האבן מרדכי הצדיק און אסתר המלכה געבעטן פון די סנהדרין קובע צו זיין דעם יום טוב פון פורים אלס א יערליכע פייערונג, אריינגערעכנט דערין די מצוה פון געבן מתנות פאר די ארעמעלייט. אויף זייער בקשה, האבן די אנשי כנסת הגדולה טאקע מתקן געווען אלס חיוב די מצווה פון געבן א מתנה צום ווייניגסטנס פאר צוויי ארעמעלייט[1].

אירע הלכות

אין גמרא[2] ברענגט רב יוסף פון א ברייתא אז עס איז א פליכט צו שיקן צוויי מתנות פאר צוויי ארעמעלייט, ווייל ס'שטייט אין פסוק "מתנות" (וואס קלינגט אפ כאטש צוויי) "לאביונים" (וואס קלינגט אויך אפ כאטש צוויי). לויט דעם פסק'נט דער רמב"ם, ווי פאלגנד:

וחייב לחלק לעניים ביום הפורים, אין פחות משני עניים; נותן לכל אחד מתנה אחת, או מעות או מיני תבשיל או מיני אוכלין, שנאמר 'ומתנות לאביונים' - שתי מתנות לשני עניים. ואין מדקדקין במעות פורים, אלא כל הפושט ידו ליטול, נותנין לו; ואין משנין מעות פורים לצדקה אחרת.


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–ט"ז

צווישן די פוסקים ווערט דיסקוטירט וואס איז די סומע געלט, אדער ווערד פון געלט, וואס א מענטש דארף געבן פאר מתנות לאביונים; טייל זאגן אז עס איז גענוג צו געבן איין "פרוטה" פאר יעדן פון די צוויי ארעמעלייט, וואס די פונקטליכע סומע פון א פרוטה אין היינטיגע וואלוטעס איז געוואנדן לויט דער ווערד פון געלט. נאך א מיינונג איז אז מען דארף געבן פאר יעדן פון זיי גענוג צו קענען קויפן א סעודה, אין דעם זענען אויך פארהאן עטליכע מיינונגען וויפיל דאס קומט אויס: דער בן איש חי שרייבט אז מען זאל געבן א סומע גענוג צו קויפן א שיעור פון דריי "כביצים" ברויט[3]. רבי שלמה זלמן אויערבאך און רבי בן ציון אבא שאול האבן אין זייער צייט געשטעלט די סומע אויף צען שקל (דעמאלטס, בערך דריי דאלער), די ווערד פון א פארציע פאלאפל[מקור פארלאנגט]; ווידעראום, רבי יוסף שלום אלישיב האט אין זיין צייט געשטעלט דעם שיעור אויף ווייניגסטנס פופציג שקל (דעמאלטס, בערך פופצן דאלער) און צוגעגעבן אז ווי מער איז אלס בעסער, וויבאלד פופציג שקל האט נישט אזא חשיבות היינטיגע צייטן[4].

עטליכע הידורים אין דער מצוה: זיכערמאכן אז דאס געלט זאל שוין זיין ביי די ארעמעלייט אום פורים און זיך נישט באגנוגענען מיטן אריבערפירן אין באנק. אכטונג געבן אז די צוויי מתנות זאלן טאקע אנקומען צו צוויי באזונדערע ארעמעלייט, כדי פעסטצושטעלן אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין פאל וואס נאר איין ארעמאן באקומט פון די מתנות לאביונים און קיין צווייטער באקומט נישט.

אין פאל וואס איינער האט נישט באגעגנט קיין ארעמאן דורכאויס דעם גאנצן פורים, קען ער אפשיידן געלט פאר מתנות לאביונים און איבערגעבן פאר א נויטבאדערפטיגער נאך פורים, אזוי איז ער אויך מקיים די מצוות היום.[מקור פארלאנגט]

די צייט פון דער מצוה איז אינעם טאג ווען מען ליינט די מגילה, דעריבער ווען מען ליינט נישט די מגילה אין פורים (ווי אין פאל פון פורים משולש), איז די מצוה אויסצוטיילן די מתנות אין י"ד אדר - דער טאג ווען מען ליינט די מגילה, ווי חז"ל זאגן: ”מפני שעיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה”[5].

איר חשיבות

דער רמב"ם שרייבט אז די מצוה איז דאס וויכטיגסטע פון אלע מצוות פון פורים:

מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים, מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו; שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה, שנאמר[6]: 'לְהַחֲיוֹת רוּחַ שְׁפָלִים, וּלְהַחֲיוֹת לֵב נִדְכָּאִים'.


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק מגיל"ה, הלכות ב'–י"ז

זעט אויך

ליינט מער

רעפערענצן

  1. לויט תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ד' און מגילה ב, א
  2. מגילה ז, א
  3. בן איש חי, פרשת תצוה, אות ט"ו
  4. וישמע משה, רל"ג
  5. מגילה ד, ב
  6. ישעיהו נז, טו
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער