רוי:היסטאריע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

ווערסיע פון 19:20, 23 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " ערטשע" ב־" ערשטע")
דער היינטיגער פאן פון די פאראייניגטע קעניגרייך איז צאמגעשטעלט פון אירלאנד און סקאטלאנד.

די היסטאריע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך האט זיך אנגעפאנגען אין 16טן יארהונדערט ווען ס'האט זיך אנגעהויבן א כוואליע פון פאליטישע ענדערונגען אין די בריטישע אינזלען וואס האט עווענטועל געפירט צו דער גרינדונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און שפעטער (1800) אויך אירלאנד. מיט דער גרינדונג פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך האבן זיך פיר ראיאנען פאראייניגט אונטער איין צענטראלער רעגירונג וואס איז אנגעפירט געווארן דורך א מאנארך (קעניג) און אדמיניסטרירט געווארן דורך אן איינצעלן פארלאמענט. ווען דרום אירלאנד האט געוואונען זעלבסטשטענדיגקייט אין יאר 1922 האט מען צוגעלייגט עטליכע ווערטער אלס די אפיציעלע נאמען: "פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און צפון אירלאנד".

ענגלאנד און וויילס

ענגלאנד און וויילס זענען געווען די ערשטע צוויי ראיאנען וואס האבן פונקציאנירט אונטער איין רעגירונג. 500 יאר בעפאר דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז געגרינדעט געווארן האט ענגלאנד איבערגענומען קאנטראל אויף וויילס און האבן זיך אפיציעל פאראייניגט אין יאר 1536, בלייבנדיג מיטן נאמען ענגלאנד. סקאטלאנד און ענגלאנד זענען געקומען צו פאראייניגונג נאכדעם וואס סקאטלאנד'ס קעניגן האבן צוביסלעך גע'ירשנ'ט דעם ענגלישן טראן. לויט'ן דעמאלטדיגן געזעץ האבן די צוויי ראיאנען געדארפט זיין איינס אבער זיי זענען געבליבן אפגעטיילט ביז'ן יאר 1707 ווען די צוויי רעגירונגען האבן דורגעפירט אן "אקט אף יוניאן" [זע בייגעלייגטן קעסטל] וועלכע האט פאראייניגט די צוויי געוועזענע זעלבסטשטענדיגע לענדער צו דעם קעניגרייך פון גרויסבריטאניע.

די ענגלישע בירגער האבן שטענדיג פרובירט צו לייגן א האנט אויף אירלאנד און האבן אריינגעשיקט ענגלישע מענטשן וואס האבן געפרעדיגט די ענגלישע שפראך און קולטור. אירלאנד איז אבער ווייטער געבליבן זעלבסטשטענדיג לויט'ן בריטישן געזעץ. אין יאר 1800 האבן די בריטישע און אייירישע רעגירונג דורכגעפירט א פרישע "אקט אף יוניאן" וועלכע האט פאראייניגט די צוויי לענדער אונטער בריטישע הערשאפט. וויאזוי אימער, איז אבער די אפאזיציע קעגן די פאראייניגונג געבליבן זייער הויך און האט לאנגזאם אנגעהויבן וואקסן ביז די בריטישע האבן מער נישט געהאט קיין ברירה און האבן צוריק געשענקט זעלבסטשטענדיגקייט צו אירלאנד אין יאר 1922. 6 צפון פראווינצן אין אירלאנד האבן נישט אויסגעקליבן דעם אויסוואל און זענען פארבליבן אונטער בריטישע הערשאפט ביז'ן היינטיגן טאג.


ענגלאנד און סקאטלאנד אין 17טן יארהונדערט

א פאראייניגונג צווישן ענגלאנד און סקאטלאנד האט אין 17טן יארהונדערט נישט אויסגעקוקט ווי א מעגליכקייט. די צוויי לענדער האבן זיך ארומגעריסן 700 יאר און זענען צענדליגער מאל געווען אין קריג איבער גרעניץ געפעכטן. ענגלאנד האט געהאט גרויס חשק זיך אויסצוברייטערן אריבער די גרעניצן אריין קיין סקאטלאנד.

כדי צו האלטן זייער לאנד זעלבסטשטענדיג האט סקאטלאנד אנגעהאלטן א שטארקע פריינטשאפט מיט פראנקרייך, ענגלאנד'ס שונא נומער איינס. ווען קעניגן עליזאבעט די ערשטע איז געשטארבן קינדערלאז אין יאר 1603 האט דער סקאטישער קעניג דזשעימס דער זעקסטער, א נאנטער קרוב מיט דער פארשטארבענער עליזאבעט, גע'ירש'נט די ענגלישע טראן. אין צוגאב צו זיין טיטל "דזשעימס דער זעקסטער פון סקאטלאנד", האט דער יונגער דזשעימס זיך קונה געווען זיין נייעם טיטל "דזשעימס דער ערשטער פון ענגלאנד".

א קעניג אויף צוויי פארשידנארטיגע לענדער

דזשעימס האט אנגעהאלטן זיין קעניגרייך (ראיעל אויטאריטי; וויאזוי מען רופט עס אין בריטאניע) אין ביידע קינגדאמס וועלכע זענען געווען זייער אנדערש איינע פון די צווייטע. סקאטלאנד איז געווען א ליידיגע שטח מיט מיינסטענס פארמערס. סקאטלאנד איז געווען צוטיילט אין צוויי טיילן: די נידעריגערע טייל פון לאנד האט אריינגענומען די גרעסערע טייל איינוואוינער און די קעניגרייך האט דארט געהאט א שטארקע הערשאפט מיט א גאר שוואכע אפאזיציע. איר פארלאמענט איז געווען שטארק אויסגעשפילט, מען פלעגט זיך ווייניג טרעפן אויף מיטינגן און ווייניג אישוס זענען בכלל אין אכט גענומען געווארן. אין די העכערע טיילן פון לאנד האבן געוואוינט גאר ווייניג מענטשן אבער זיי האבן זיך געלעבט א וועלט פאר זיך און זיך נישט אונטערגעווארפן אונטער די מאנארכיע.

אין קאנטראסט איז ענגלאנד געשטאנען דעמאלט אין סך א בעסערן צושטאנד. דאס פאלק האט געוואקסן מיט א שנעלן אימפעט און דאס לאנד איז געווען רייך פון אלע אוצרות וואס זי האט פארמאגט. אפילו די וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט שאף און רינדער האבן געהאט שיין פרנסה ווייל ענגלאנד'ס עקספארט איז דעמאלט גוט געשטאנען. לאנדאן איז אין יענע יארן געווען די גרעסטע שטאט אין די וועלט. אין יענע יארן איז נאך נישט געווען קיין פינאנציעלער סיסטעם וואס האט אויסגעצאלט די קאסטן פון די מאנארכיע. דאס געלט איז גענומען געווארן פון שטייערן אויף אימפארטירטע זאכן. פון צייט צו צייט האט זי אפילו געמוזט צוקומען צו בעטן שטיצע פון די פארלאמענט.


ווידערשטאנד קעגן פאראייניגונג

ווען דזשעימס האט איבערגענומען די ענגלישע טראן האט ער זיך גלייך גענומען צו דער ארבעט צו פאראייניגן די צוויי לענדער. עס איז אים אבער בשום אופן נישט געגאנגען ווייל ביידע זייטן האבן געשטעלט גרויס קעגנערשאפט. די סקאטישע האבן נישט געוואלט הערן פון פארלירן זייער זעלבסטשטענדיגקייט און די בריטישע זענען פשוט נישט געווען אינטערעסירט זיך צו פאראייניגן מיט אן אוממאדערניזירטע לאנד וועלכע פאשנ'ען שעף און רינדער אויף די פרייע פעלדער. וואס דזשעימס האט יא געטאן, ער האט שווער געארבעט אנצוקניפן גוטע באציאונגן צווישן די איינוואוינער פון ביידע לענדער. ער האט אריינגענומען קעגנזייטיגע מיניסטארן אין זייערע פארקערטע פאזיציעס. ער האט אראנזשירט הונדערטער חתונות צווישן ביידע. זיין פלאן האט טאקע אסאך געהאלפן אויף שפעטער. דזשעימס זון, טשארלס דער ערשטער, האט אבער נישט געטויגט און האט גארנישט מער געטאן צו פאראייניגן די צוויי לענדער. ווען ער האט איבערגענומען די מלוכה האט ער נישט געוואוסט בחייכון וביומיכן וויאזוי מען פירט א רעגירונג. די פארלאמענט האט דאס געוואוסט און האט נישט געוואלט באשטעטיגן זיינע פלענער אזוי לאנג ער ווייזט ארויס אביסל פירערשאפט. טשארלס איז געווארן גערעגט אויף די פארלאמענט און האט זיך געקריגט מיט זיי וואו ער האט נאר געקענט, אויסנוצנדיג זיין קעניגליכע מאכט. די קאנפליקטן צווישן טשארלס און די פארלאמענט האט זיך אזוי ווייט דערקייקעלט ביז די איינוואוינער פון ביידע לענדער זענען געווארן עמטליך פארמישט יעדער אויף זיין צד און עס האט מיט דער צייט אויסגעבראכן א ציווילע קריג. עס האט אזוי אנגעהאלטן עטליכע יאר ביז די פארלאמענט האט זיך געשטארקט אויף די קעניגליכע מאכט און האט באזיגט טשארלס און אים הינריכטעט אין יאר 649', צען יאר שפעטער פון ווען ער האט איבערגענומען דעם טראן.

דער דעמאלטסדיגער פארלאמענט פירער אליוויר קראמוועל האט איבערגענומען די פאליטישע מאכט און צוריק איינגעפעדימט פרידן און פאראייניגונג צווישן די בירגער און צווישן ענגלאנד און סקאטלאנד. מיט דער צייט האט קראמוועל מצליח געווען און האט פאראייניגט די סקאטישע און ענגלישע אונטער איין פארלאמענט פירערשאפט צו וועלכע די סקאטישע האבן געשיקט רעפרעזענטיוון. קראמוועל איז אויך געווען דער ערשטער וועלכער האט געטאן עפעס ממשות'דיג צו פאראייניגן ענגלאנד און אירלאנד, בריטענ'ס גרעסטע דורשט. קראמוועל'ס מיליטער האט זיך באזעצט און איבערגענומען קאנטראל אויף ריזיגע טיילן פון אירלאנד אבער מיט א רחמנות'דיגער געפיל און פרידנשאפט סטיל. ער האט אריינגעשיקט הונדערטער ענגלישע לארדן (גייסטליכע פירער) צו פרעדיגן די בריטישע אימפעריע. קראמוועל האט זייער שווער געארבעט צו האלטן ארדענונג אין אירלאנד ווען נאכאנאנדיגע אויפשטאנדן זענען געווען מעשים בכל יום. זיין שווערסטע געפעכט וואס ער האט באזיגט איז געווען ווען א גרויסע גרופע פון איירישע לארדן האבן איבערגענומען קאנטראל אין צוויי גרויסע פראווינצן אין צפון אירלאנד און האבן אנגעהויבן צוגרייטן אן אויפשטאנד קעגן די ענגלישע. קראמוועל האט זייער העלדיש באזיגט די איירישע און אריינגעזעצט טויזנטער פראטעסטאנטן (אנטי קאטוילישע. ווי באקאנט זענען די איירישע שטארק קאטויליש) אנצוהאלטן די קאנטראל אויף שטענדיג. היינט וואוינען נאך אלץ א מערהייט פון פראטעסטאנטן אין צפון אירלאנד וועלכע שטאמען פון יענע גרופעס.

נאך קראמוועל'ס טויט האט טשארלס'ס זון, וועלכער איז ארויסגעקומען פון גלות, איבערגענומען די ענגלישע טראן, ווערנדיג דער צווייטער טשארלס אין די בריטישע היסטאריע. טשארלס דער צווייטער איז נאכגעגאנגען די פוס טריט פון זיין טאט'ן און צוריק צוטיילט ענגלאנד פון סקאטלאנד וואס האט געברענגט שרעקליכע וואנדיליזם וועלכע זיין מאנארכיע האט ברוטאל דערשטיקט. נאך טשארלס דער צווייטער האט איבערגענומען דזשעימס'ס זון, דזשעימס דער צווייטער, וועלכער האט ווידער אנגעהויבן פאראייניגן סקאטלאנד מיט ענגלאנד ווי זיין טאטע האט געוואלט. דער צווייטער דזשעימס האט אבער נישט צו לאנג געוועלטיגט ווייל די פראטעסטאנטן האבן אים פארדעכטיגט אז ער אלס קאטוילישער וועט פרעדיגן די קאטוילישע רעליגיע אין ענגלאנד, וועלכע איז באשטאנען פון רוב פראטעסטאנטן. די מצב איז געווארן נאך ערגער ווען דזשעימס האט געבוירן א זון און מען האט זיך דערזען מיט א פארטיגער רעכטער קאטוילישער יורש, א זאך וואס זיי האבן פאר יעדן פרייז געוואלט פארמיידן. קורץ דערנאך האבן די פראטעסטאנטן פאליטישע פירער געמאכט א רעוואלט און אראפגעווארפן דזשעימס פון מאכט און עס איבערגעגעבן פאר דזשעימס'ס איידעם וויליאם וועלכער איז געווען א פראטעסטאנט. דער יונגער וויליאם איז אבער נישט געווען אליין קעניג. זיין ווייב מערי האט זיך געטיילט מיט אים די קעניגרייך. די רעוואלט איז באקאנט אין די היסטאריע אלס די רעוואלוציע פון 688'. למעשה האט די גאנצע שפיל נישט געהאלפן ווייל די סקאטישע זענען צעשפליטערט געווארן אין צוויי. א טייל האבן מיטגעהאלטן מיט די נייע מאנארכיע אבער די אנדערע העלפט האט זיך ארומגענומען ארום דעם געוועזענעם קעניג דזשעימס און האבן געשאפן א ריזיגע קראפט פון וועלכע די ענגלישע האבן זיך דערשראקן און האבן געמוזט נאכגעבן. פארשטייט זיך אז דאס האט קאמפליצירט די מעגליכקייט פאר א פאראייניגונג צווישן סקאטלאנד און ענגלאנד, א שווער שטיקל ארבעט וועלכע האט אט געהאלטן ביים גיין לטמיון.


די אקט אף יוניאן

אויס מורא וועגן די פאראייניגונג אישו מיט סקאטלאנד האט די פארלאמענט אדורכגעפירט א געזעץ וואס ערלויבט אויפצונעמען א נייע קעניג פון א פרעמדע לאנד אויב עס איז נישט דא קיין רעכטער יורש. דער נייער אקט האט זיך שטארק אויסגעפעלט ווייל די קעניגן וויליאם און מערי זענען געווען קינדערלאז און אויך מערי'ס שוועסטער אנא וועלכע האט זיי איבערגענומען האט קיין יורש נישט געהאט. די פארלאמענט האט געהאלטן ביים אויפנעמען א דייטשע פאמיליע, די העננאווערס, וועלכע זענען געווען משפחה פארבינדן מיט די ראיעל פאמיליע. אזוי ארום האבן זיי געוואלט זיין זיכער אז א פראטעסטאנט וועט זיין דער נעקסטער קעניג. די סקאטישע האבן אבער געקרומט מיט די נאז אויף דעם פלאן און די ענגלישע האבן געציטערט אז די הונדערט יעריגע פאראייניגונג ארבעט וועט וועט ווערן לופט און די צוויי לענדער וועלן זיך צוריק צוטיילן. די ענגלישע האבן דאס מערסטע מורא געהאט אז סקאטלאנד וועט זיך אפטיילן און דאס וועט שאפן א הונטער-טיר פאר די פראנצויזישע וועלכע וועלן זיך פאראייניגן מיט סקאטלאנד און דערנאך אייננעמען ענגלאנד. זייער זארג האט זיך נישט לאנג שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין וואר ווען דער פראנצויזישער קעניג האט איבערגענומען קאנטראל איבער שפאניע און אריינגעשטעלט זיין זון אלס קעניג, אן אקט וואס האט אויפגעציטערט גאנץ אייראפע. די ענגלישע האבן דעמאלט געעפענט א קאאליציע מיט עטליכע לענדער ארום פראנקרייך וועלכע האט געדארפט האלטן אן אויג אויף פראנקרייך און שפאניע. צו פארמיידן אזא געשעעניש האט קעניגן אנא געסטראשעט די סקאטישע דאס אויב זיי וועלן זיך באפריינטן מיט פראנקרייך וועט זי פארלירן אלע פריווילעגיעס וואס זי האט פון ענגלאנד און זי וועט זינקען אירע שיפן. די סטראשונגן האבן געפירט די סקאטישע צו א פאראייניגונג מיט ענגלאנד. ענדליך אין יאר 707' איז אדורכגעפירט געווארן ענגלאנד'ס צווייטע אקט אף יוניאן וועלכע האט פאראייניגט ענגלאנד און סקאטלאנד אונטער איין פארלאמענט מיט איין קאנטראל און גרויסבריטאניע איז געגרינדעט געווארן. די פאראייניגונג האט געעפנט אלע גראטעס צווישן די צוויי לענדער, סטאנדארטיזירט די שטייערן אויפ'ן גאנצן אינזל, און געעפנט א גרויסע האנדל ביי די פארטן. וויאזוי אימער, האט סקאטלאנד ווייטער אנגעהאלטן איר אייגענע געזעצן טראדיציעס.

אנטוויקלונגען אין אירלאנד

די קאטויליקן אין אירלאנד האבן געלייגט האפענונג אז זיי וועלן נאך צוריק באקומען די מאכט אין אירלאנד דורכאויס די צייטן פון דזשעימס דער צווייטער וועלכער האט זיי געשטעלט אויף פאזיציעס אין די ראיעל אדמיניסטראציע און אין די מיליטער. נאך דער 1688 רעוואלוציע איז דזשעימס אנטלאפן קיין אירלאנד און האט זיך ארומגענומען מיט זיינע קאטויליקן, שאפנדיג א שטארקע ארמיי פון קאטוילישע שטיצער. דאס האט אבער נישט צו לאנד אנגעהאלטן ווייל וויליאם דער דריטער (וועלכער איז אריינגעזעצט געווארן אויף זיין פלאץ) האט זיי שנעל דערשטיקט און צוריק אריינגעשטעלט פראטעסטאנטן אין אלע רעגירונג פאזיציעס.

כאשט אירלאנד האט געהאט איר אייגענע פארלאמענט, איז די ריכטיגע מאכט נאך אלץ פארבליבן ביי די קעניגליכע באאמטן וועלכע האבן אדמיניסטרירט דעם אינזל אויף די באפעלן פון לאנדאן. די פראטעסטאנטן זענען געווען צו ברוטאל און האבן פארבאטן די קאטאליקן פון אסאך רעכט. זיי האבן נישט געמעגט האבן געווער אדער לאנד, הויכע פראפעסיעס, און פאבליק אפיסעס. די דיסקרימינאציע געזעצן האבן פאראייניגט די קאטוילשע באפעלקערונג אין אפאזיציע קען די פראטעסטאנטן. אין יענע יארן זענען פארגעקומען אסאך שלאכטן אין אייראפע אין וועלכע פראנקרייך און גרויסבריטאניע זענען שטענדיג געווען פארמישט. גרויסבריטאניע האט אפגעהאלטן נצחונות טאג נאך טאג אונטער וויליאם דער דריטער. די זיגרייכע מלחמות האבן אנטוויקעלט דעם נאמען "גרויסבריטאניע" פאר וועלכער יעדער האט געציטערט ביז נאך די צווייטע וועלט קריג. ספעציעל האט זיך די נעיווי אויסגעצייכנט און איז געבליבן די שטערקסטע נעיווי ביז די אמעריקאנער זענען איר איבערגעשטאנען נאך די צווייטע וועלט קריג.

בריטאניע אין 18טן יארהונדערט

בריטאניעס וויכטיגסטע יארן איז געווען אינעם 18'טן יאר הונדערט. אין די הונדערט יאר איז בריטאניע געווארן "בריטאניע". די עקענאמיע, די איינוואוינער, די רעגירונג, די אויטאריטי אפטיילונג, די ענווייראמענט זענען אלע אוועקגעשטעלט געווארן אויף די פיס אין יענע יארן. איין זאך וואס האט נאך יא געפעלט איז געווען די לאו ענפארסמענט אגענטורן וועלכע זענען נאך געווען זייער שוואך און אומפעאיג. די קרימינאלע רעקארדס פון יענע יארן איז פארשריבן אין די רעקארדס אלס גאר הויך. אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג האט געמוזט אוועקשיקן ארעסטאנטן צו אנדערע לענדער און ארומיגע אינזלן ווייל זי האט מער נישט געהאט קיין פלאץ אין אירע טורמעס. אויסטראליע האט באקומען די מערסטע בריטישע ארעסטאנטן און די בריטישע האבן דארט אויפגעבויט א גרויסע טורמע וועלכע מען האט א נאמען געגעבן די פארט ארטור פאנעל, וואו זי האט געהאלטן טויזנטער ארעסטאנטן. טויט שטראף איז דעמאלט געווען אן אפטע ערשיינונג. מען פלעגט וועכנטליך הינריכטן עטליכע פארברעכער אבער עס האט נישט קיין סך געהאלפן, פארברעכן האט געהאלטן אין איין וואקסן. די בריטישע רעגירונג האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין שום אפיציעלע געשריבענע קאנסטיטוציע זינט זי די 688' רעוואלוציע. די רעגירונג האט זיך געפירט אונטער א שטארקע פירערשאפט א דאנק קעניגן אנא וועלכע האט אראפגעשטעלט פעסטע יסודות וועלכע די שפעטערדיגע קעניגן זענען נאכגעגאנגן. אין יענע יארן האט זיך דזשעימס דער צווייטער באזעצט אין פראנקרייך און האט זיך גרופירט מיט א גרופע וועלכע האבן זיך גערופן די דזשעקאביסטן. די דזשעקאביסטן האבן אנגעמאכט אסאך צרות, וועלנדיג מאכן אן אויפשטאנד קעגן ענגלאנד אבער ענגלאנד איז געווען גענוג כיטרע און האט צושטערט זייערע פלענער מערערע מאל. די דזשעקאביסטן האבן נאך גערודערט ביז אין די אכציגער יארן ווען די פראנצוזישע האבן איינגעזען אז זיי טוען מער קרימינאל ווי עפעס נוצן און האט געמאכט א סוף צו זייער גרופע וועלכע האט שוין דעמאלט געהאלטן ביים דריטן פירער וועלכער איז געווען א קרימינאלער פארשוין. נאכ'ן 688' רעוואלוציע האבן די בריטישע פארלאמענט און מאנארכיע זיך ארומגעקריגט ווער עס זאל האבן די אפיציעלע מאכט אויפ'ן לאנד. עס האט געדויערט א לענגערע צייט מיט א דורכגאנג פון צענדליגער וואלן ביז די מאנארכיע האט איינגעזען אז עס איז נישט לטובת דאס לאנד אז זי זאל זיין דער אפיציעלער ווארטזאגער. ערגעץ אין די ענדע 90'גער יארן האט די פארלאמענט באקומען דעם פולן מאכט צו מאכן און טוישן געזעצן. א פונדאמענטאלע קאנסטעטוציע איז דעמאלט אוועקגעשטעלט געווארן און בריטאניע איז געווארן די סאמע פרייעסטע און מאדערניזירטע לאנד אין די וועלט. אויך די פארלאמענט זעלבסט איז גוט סיסטעמירט געווארן און מען האט איינגעשטעלט א וואלן סיסטעם יעדע זיבן יאר. אין יענע יארן איז געווען א רעגירונג וויכטיגמאכער מיט'ן נאמען סור ראבערט וועלפאל וועלכער איז געווען גאר א טויגליכער מאן און האט אויסגעשטעלט צענדליגער שליסל סיסטעמען אין די פארלאמענט וואס ווערן היינט גענוצט אין רוב רעגירונגן אין די וועלט. צום מערסטן איז ער באוואוסט מיט'ן איינפעדימען א צוויי פארטייען סיסטעם אין די רעגירונג.


די ערשטע בריטישע אימפעריע

די בריטישע זענען געווען ספעציאליסטן אין נאכשפורן פאר עפעס פריש. זיי זענען ארומגעפארן אין דער גאנצער וועלט צו טרעפן פרישע אינזלן וועלכע האבן עפעס ווערד אין זיך און די רעגירונג האט אויף דעם איבערגענומען קאנטראל. מען שאצט אז די זוכענישן זענען אנגעגאנגן בערך הונדערט יאר אין וועלכע מען האט געפונען: דעם מזרח טייל פון קאנאדע (נאווא סקאשע און ניופאונדלאנד) מיט אוצרות פיש, ניו ענגלאנד מיט גוטע האלץ פאר די נעיווי'ס געברויך, די דרום אמעריקאנער דערפלעך מיט טאבאקא, און באהאלטענע טיילן נעבן אינדיע פון וואו מען האט גענומען צוקער, אזיע אינזלן מיט קאווע, טיי, געווירצן (ספייסעס), און רייך קאלירטע באוול (קאטאן), און פון מערב אפריקע האט מען גענומען שווארצע שקלאפן וועלכע מען האט געליפערט קיין אמעריקע און די קאריביען אינזלן וואו מען האט זיי אפגעקויפט פאר גוט געלט.

די ערשטע בריטישע אימפעריע איז צינויף געשטעלט געווארן דורך די אינדיווידיועלע ביזנעסער און רעגירונג געספאנסערטע האנדל פירמעס וועלכע האבן איינגעשטעלט זייערע שיפן, געלט, און לעבן צו בויען ענגלאנד'ס אריענטירונג ארום די וועלט. די בריטישע רעגירונג האט אויפגעשטעלט צענדליגער ראיעל מאנאפאליס – פריוואטע פירמעס צו וועלכע די מאנארכיע האט געשענקט ספעצעילע רעכט צו האנדלן אין א געוויסע ראיאן אדער פעלד פון קאמערץ. די דריי גרעסטע מאנאפאלי פירמעס זענען געווען די "איסט אינדיע" פירמע וועלכע האט געהאט די מאנאפאלי אין מזרח ענגלאנד, די "ראיעל אפריקען" פירמע וועלכע האט געהאט די מאנאפאלי אויף די שווארצע קנעכט, און די "האדסאן בעי" פירמע וועלכע האבן געהאט די מאנאפאלי אויף די גאנצע פיש מארקעט פון נאווא סקאשע און ניופאונדלענד, קאנאדע. די לאנד וואס די פירמעס האבן גענוצט זענען געווארן דאס פארמעגן פונעם קעניג, און אינוועסטארס האבן געקויפט שעירס אין די סוקסעספולע פירמעס אויף דער לאנדאנער בערזע. די רעגירונג'ס מאנאפאליס האבן צו גוט געארבעט אז אינוועסטארס זענען געווען אפטימיסטיש אויפ'ן העכסטן מאס אז זיי טוען א גוטע אינוועסטמענט. דער פראבלעם האט שפעטער באגראבן אסאך מענטשן ווען די סאוט סי פירמע (האט געהאט די מאנאפאלי אויף האנדל צווישן דרום אמעריקע אין די פאסיפיק אינזלן) איז געגאנגען באנקראט און טויזנטער זענען געבליבן אן א שטיקל ברויט צו עסן.


אימפעריאלע מלחמות

אלס א קאנסעקווענץ פון אירע מיליטערישע גבורות אונטער וויליאם דער דריטער, איז בריטאניע געווארן א גרויסמאכט. איר וואקסנדיגע מיליטערישע שטארקייט האט געשאפן אן אינטערנאציאנאלע פארמעסט צווישן די דריי גרויסמאכטן פון יענע צייטן: בריטאניע, שפאניע, און פראנקרייך. שפאניע האט קאנטראלירט הונדערטער קאלאניעס (יישובים) אין צענטראל און אין דרום אמעריקע מיט וועלכע זי האט אנגעהאלטן גרויס האנדל. וויבאלד די בריטישע און שפאנישע אימפעריעס האבן פארלאנגט צו רעגולירן די האנדל פון זייערע קאלאניעס איז געווען שטרענג פארבאטן פאר די קאלאניעס צו האנדלן איינע מיט די אנדערע. די שפאנישע פלעגן זינקען בריטישע שיפן וואס זענען געפינען געווארן נעבן די דרום אמעריקע קאלאניעס און געשמוגעלט אסאך בריטישע פראדוקטן. פראנקרייך האט פארמאגט קאלאניעס אין די גרעסטע אינזלען אין די קאריביען, פון אהייא ביז די מעסיסיפי טייך אין נארט אמעריקע, און רוב קאנאדע מיט די אויסנאם פון די מזרח שטעט וועלכע בריטאניע האט קאנטראלירט. צוזאמענשטויסן צווישן די בריטישע און פראנצויזישע ארמייען איז געווען א נארמאלער ערשיינונג אין די נארט אמעריקע קאלאניעס.

וואלפאל האט געהאט א פאליסי ארויסצושטיין פון אייראפעאישע מלחמות און זיך בעיקר פארלייגן אויף די האנדל אין די צפון אמעריקע יישובים. מיט אלעם איז בריטאניע אריינגעשלעפט געווארן אין צוויי ריזיגע אייראפעאישע מלחמות, איינס אין עסטרייך: וואו פראנקרייך, שפאניע און נאך עטליכע לענדער זענען געווען איינשטימיג צו טוישן די ארטיגע מאנארכיע, אן אקט וואס בריטאניע האט נישט געקענט פארנעמען צוליב אירע אייגענע סיבות. און די צווייטע אין די זיבן יעריגע קריג וועלכע איז באלד געווען א וועלט קריג ווען די גרויסמאכטן האבן פארשטעלט די דייטשן דעם וועג קיין נארט אמעריקע און אין אינדיע און מען איז אריינגעשלעפט געווארן אין א אומוועלנדיגע קריג פאר זיבן יאר וואס האט זיך אויסגעלאזט גענוי וויאזוי עס האט זיך אנגעפאנגן, קיין שום טעריטאריע איז נישט געביטן געווארן אונטער א נייע רעגירונג.

דער זיבן יעריגער קריג איז געווען איינע פון בריטענ'ס גרעסטע טריאומף'ס. א קאאליציע פון בריטאניע און פרייסן האבן געקריגט קעגן פראנקרייך, שפאניע, רוסלאנד, עסטרייך, און שוועדן. דער דעמאלסטדיגער בריטישער פרעמיער מיניסטער וויליאם פיט איז באצייכנט געווארן אלס דער העלד פון די קריג, צוליב זיין ספעציאליזם אין האלטן די מאראל ביי די יונגע סאלדאטן הויך, וואס איז די סאמע וויכטיגסטע פונקט ביי א קריג. אויסער דעם האט בריטאניע געהאט נאך צוויי גרויסע מלחמות די ערשטע אין אינדיע ווי זי האט איינגענומען צענדליגער קאלאניעס און שפעטער אין קאנאדע ביי די באקאנטע פראנקרייך און אינדיע קריג. בריטאניע האט דעמאלט שטארק באזיגט די פראנצויזן און זיי ארויסגעטריבן פון קוויבעק. דערנאך האט זי איבערגענומען קאנטראל פון כמעט אלע קאנאדישע פראווינצן ביז עס איז אויסגעארבעט געווארן אן אפמאך אין וועלכע די פראנצויזן האבן זיך אונטערגעגעבן.


נישט אלעמאל גייט עס גוט

אין די ענדע יארן פונעם 17'טן יארהונדערט האט אנגעהויבן גיין אביסל שלעכט פאר די בריטישע אימפעריע. פון אלע אימפעריאלע מלחמות זענען די נאציאנאלע חובות געשטיגן זייער הויך וואס האט שטארק עפעקטירט דאס לאנד. דער דעמאלטסדיגער קעניג, געארג דער דריטער, האט דעמאלט פארגעלייגט א פלאן פאר די פארלאמענט מען זאל ארויפלייגן שטייערן אויף די קאלאנישע אימפארטירטע פראדוקטן און אזוי ארום וועלן די קאלאניעס זיך אליין קענען אויסהאלטן. דער פלאן האט געהאט אסאך שוועריקייטן עס זאל באשטעטיגט ווערן אין פארלאמענט אבער איז אין די ענדע דורכגעפירט געווארן.

אינדערצווישן האט בריטאניע אנגעהויבן ליידן פון פלוצלינגע אינוואזיעס וואס די שפאנישע האבן דורכגעפירט אויף עטליכע וויכטיגע קאלאניעס און עס איז שוין געווען צו שפעט זיי צו ראטעוון. אין יענע יארן האבן די קאלאניעל איינוואוינער אנגעהויבן צו רעוואלטירן פאר זעלבסטשטענדיגקייט. דאס האט נאך שווערער געמאכט דעם מצב ווייל די פראנצויזישע און שפאנישע האבן זיך גוט צוגעכאפט דערצו און ארויסגעהאלפן די רעוואלטירער מיט געלט און געווער. עס האט נישט צו לאנג געדויערט און 13 קאלאניעס אין נארט אמעריקע האבן געוואונען זעלבסטשטענדיגקייט און זענען געווארן די "יונייטעד סטעיטס אף אמעריקע". דער רעוואלוציע איז אריין אין די ביכער אלס די אמעריקן רעוואלוציע. במשך די רעוואלוציע האבן די בריטישע געליטן מפלות איינע נאך די אנדערע אויף אזוי ווייט אז איינע פון די בעסטע גענעראלן האט זיך אונטערגעגעבן צום שונא, אויפגעבנדיג די שטאט ווירידזשיניע. צו אלע צרות האט פונקט דעמאלט אויסגעבראכן ראיאטן אין לאנד דורך צוויי קעגנזייטיגע רעליגיעס וועלכע האט איבערגעלאזט 700 טויטע. דער קעניג געארג איז פארשטייט זיך באשולדיגט געווארן פאר די נידערלאגעס און דער פארלאמענט האט דורכגעפירט פרישע געזעצן וועלכע האט נאך אסאך מער פארמינערט דעם קעניג'ס רעכט און האט ממש ארויסגעטראסקעט געארג פון יעדער פירערשאפט אין די רעגירונג. געארג האט עס נישט געקענט פארטראגן און איז קראנק געווארן און מער נישט געקענט בלייבן קעניג.

די אקט אף יוניאן מיט אירלאנד

די פראטעסטאנטן אין אירלאנד האבן פארמירט צענדליגער וואלונטיר מיליטערישע גרופעס וועלכע האבן מ'כלומר'ש געדארפט צו היטן זייער לאנד פון א פראנצויזישע אינוואזיע. די גרופעס האבן אבער געהאט אן אנדערע ציל אין וועלכע זיי האבן געדרוקט די בריטישע רעגירונג צו באקומען מער זעלבסטשטענדיגקייט אין זייער פארלאמענט. די בריטישע האבן נישט געהאט קיין ברירה מיט זיי און האבן נאכגעגעבן די איירישע. עס האט אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן. אין יאר 798' האבן זיך די אנטי רעגירונגס לייט זיך געשטארקט און אנגעהויבן רעוואלטירן די פראטעסטאנטן. פונקט דאן האבן די פראנצויזן באפאלן אירלאנד און די בריטישע מיליטער האט געמוזט אריינגיין העלפן פארטרייבן די פראנצויזן. די בריטישע פארלאמענט האט באשולדיגט די פראטעסטאנטן אז זיי זענען נישט פעאיג צו פירן א לאנד און אנגעהויבן צוהעלפן די אנטי רעגירונג מענטשן. ענדליך אין יאר 800' האט די איירישע פארלאמענט באשטעטיגט דער צווייטער אקט אף יוניאן וועלכע האט פארשלאסן די איירישע פארלאמענט און געשיקט אלע מיניסטארן צו די בריטישע פארלאמענט. קורץ נאך די פאראייניגונג פון אירלאנד איז אויפגענומען געווארן פאר פרעמיער מיניסטער א יונגער שנאק פון 24 יאר אלט מיט'ן נאמען וויליאם פיט, א זון פונעם פריערדיגן פרעמיער מיניסטער וויליאם פיט. דער יונגער פיט האט געטאן א וואונדעליכער דזשאב, פארלייגנדיג זיך שטארק אויף די עקענאמיע וועלכע ער האט באוויזן צו סטאביליזירן.


פראנקרייך דערקלערט קריג קעגן בריטאניע

אין יאר 789' האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין פראנקרייך קעגן די מאנארכיע און אסאך לענדער זענען געווארן פארמישט אין דעם קאנפליקט צוליב זייער אפאזיציע צו א מאנארכיע קראפט. עטליכע בריטישע פיליזאפן האבן אסאך גורם געווען צו דעם רעוואלוציע און בכלל האט פראנקרייך זיך שוין לאנג געוואלט אויסגעבן איר 500 יעריגע כעס אויף בריטאניע און האט געמאלדן מלחמה קעגן בריטאניע. די בריטישע מיליטער האט זיך שטארק פארלייגט צו באשיצן אירע קאלאניעס אין אלע וואסערן און געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט מיט איר אויסגעצייכנטע נעיווי. די קריג האט לאנג געדויערט (ארום 5 יאר) און די בריטישע האבן געמאכט גרויס פארשריט. נישט נאר וואס בריטאניע האט באשיצט אירע קאלאניעס, זי האט איינגענומען כמעט אלע פראנצויזישע קאלאניעס אלס נקמה. אין יאר 798' האט די בריטישע נעיווי געגעבן דעם לעצטן קלאפ פאר די פראנצויזישע ווען זיי האבן איינגענומען איינע פון פראנקרייך'ס גרעסטע קאלאניעס (טראלפאגער) און עטליכע גאר הויכע פראנצויזישע גענעראלן האבן זיך אונטערגעגעבן. די טראלפאגער זיג איז באצייכנט געווארן אין די ביכער אלס בריטאניע'ס גרעסטע נעיווי זיג.


דער באוואוסטער נאפאליען און זיינע קאנפליקטן מיט בריטאניע

בריטאניע האט נישט געהאט קיין רואיגע יארן צולאנג ביז דער באקאנטער פראנצויזישער קעניג נאפאליען האט איבערגענומען די מאכט און געפירט צענדליגער קריגן אין אייראפע מיט זיין מאכטפולע מיליטער צווישן די יארן פון 799' און 915'. נאפאליען האט געוואלט צופיקסן די בריטישע און אפגעשטעלט בריטענ'ס האנדל מיט אלע אייראפעאישע לענדער. דער טאקטיקט האט שטארק געשעדיגט בריטאניע און די בריטישע האבן אנגעהויבן נאכטאן דאס זעלבע צו נאפאליען, קאנטראלירנדיג אלע שיפן אויף וועלכע זי האט געהאט א פארדאכט אז אפשר גייט עס קיין פראנקרייך. בריטענ'ס נייע פאליסי האט איר געפירט צו א קריג מיט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע האט געהאלטן אז עס איז אן אומרעכט פאר בריטאניע צו קאנטראלירן און אפשטעלן איר האנדל מיט פראנקרייך און אנדערע אייראפעאישע לענדער. די קריג האט זיך געצויגן דריי יאר אבער עס האט גארנישט פאסירט ווייל ביידע מיליטערן זענען געווען ווייט פון גרייט פאר אזא מאסיווע קריג. אין די ענדע האבן זיך די צוויי לענדער אראפגעזעצט צום פארהאנדלונגס טיש און זיך אויסגעקומען מיט שיינעם. נאפאליען האט געהאט אויסערגעווענליכע הצלחה אין אלע זיינע מלחמות אבער האט נאך אלץ געהאט א פחד צו דערקלערן קריג קעגן בריטאניע, אויס מורא פאר איר וועלט באוואוסטע נעיווי וועלכע האט קיין שום קריג נישט פארלוירן. אין יאר 812' האט נאפאליען אינוואדירט רוסלאנד, אן אקט וואס האט געברענגט זיין אייגענע מפלה ווייל מער האבן די אייראפעאישע דאס מער נישט געוואלט דולדן אין זיך גרופירט אונטער בריטאניע פאר א פולשטענדיגע קריג קעגן פראנקרייך. בריטאניע האט מאביליזירט אירע קראפטן פאר א לאנד מלחמה אינאיינעם מיט רוסלאנד, עסטרייך, און פרייסן. די מלחמה האט זיך אנגעהויבן אין שפאניע פון וואו זיי האבן, נאך געשוואלענע נצחונות, אריינמארשירט קיין פראנקרייך און געמאכט א סוף צו נאפאליענס מאכט. צוויי יאר שפעטער האט די פאראייניגטע מיליטער באזיגט נאפאליען זעלבסט אין א קריג אויף א שפאנישע אינזל. מיט די ענדע פון די נאפאליען יארן האט בריטאניע באקומען א פריי פעלד אויסצושפרייטן איר אימפעריע אין אייראפע וואו עס האט נאכגעפאלגט 40 יארן פון שלום. אין יאר 837' האט קעניגן וויקטאריע איבערגענומען די ענגלישע טראן און געפירט דאס לאנד צו אירע בעסטע יארן. ווי פריער דערמאנט איז די גאנצע מאדערניזם און פארגעשריטנקייט פון בריטאניע צושטאנד געקומען אין יענע יארן.


די ערשטע וועלט מלחמה

די גוטע יארן אין בריטאניע איז שטארק פארמינערט געווארן ווען עס האט אויסגעבראכן איינע פון די שווערסטע מלחמות פאר בריטאניע – די ערשטע וועלט קריג. די גלוסט פאר מאכט אין אייראפע האט צוטיילט אייראפע אין גרופעס אין וועלכע בריטאניע, פראנקרייך, און רוסלאנד האבן געעפענט א קאאליציע קעגן דייטשלאנד וועלכע האט זיך אנגעהויבן אויפבויען מיט די הילף פון עסטרייך-אונגארן און איטאליע. די קריג האט אויסגעבראכן זייער פלוצלינג ווען א סערבישער טעראריסט האט אומגעברענגט דעם יורש פון די עסטרייך-אונגארן טראן. סערביע האט דאס געטאן זיך צו באפרייען פון איר שווערן און מאכטפולן שכן עסטרייך-אונגארן און געוואונען זעלבסטשטענדיגקייט. עסטרייך-אונגארן האט באלד געמאלדן קריג קעגן סערביע און רוסלאנד האט זיך באלד אנגענומען פאר סערביע, לויט אן אפמאך וואס זיי האבן געהאט אז רוסלאנד וועט ראטעווען סערביע פון יעדע אנפאל. פון דארט און ווייטער איז עס געגאנגען אין א קייט. פראנקרייך האט זיך אנגענומען פאר רוסלאנד און איטאליע מיט דייטשלאנד האבן געמאלדן קריג קעגן פראנקרייך. ווען דייטשלאנד האט דערגרייכט פראנקרייך האט בריטאניע זיך מער נישט געקענט צוריקהאלטן און צוזאמען מיט נאך לענדער אריין אינעם ערשטן וועלט קריג. בריטאניע האט אין די יארן פון די ערשטע וועלט קריג אויסגעפינען אסאך מיליטערישע געצייג זיך קעגנצושטעלן די דייטשע נארוואס פאבריצירטע "יו. באוטס" וועלכע זענען געווען פאקטישע סובמארינען וועלכע האבן געזינקן צענדליגער בריטישע שיפן. רוב בריטישע צווישן 18 און 40 יאר אלט האבן זיך באטייליגט אין די מיליטער און זייערע פרויען האבן איבערגענומען זייערע ביזנעסער. די ערשטע וועלט קריג האט געקאסט פאר בריטאניע 3 מיליאן נפשות.


אירלאנד'ס זעלבטשטענדיקייט

די איירישע האבן גוט אויסגענוצט די געלעגנהייט אין די צייטן פון די ערשטע וועלט קריג און אנגעהויבן אויפשטעלן מעכטיגע רעבעלן כוחות. אין יאר 916' האבן זיי געמאכט א ריזיגע אויפשטאנד אין די שטאט דובלין וועלכע די בריטישע האבן ברוטאל פרובירט צו דערשטיקן. צוויי יאר דערויף האבן די איירישע פארלאמענט רעפרעזענטיוון געמאלדן די בריטישע רעגירונג אז זיי גייען מער נישט צוריק אין פארלאמענט און האבן אויפגעשטעלט אן אייגענע פארלאמענט וועלכע די בריטישע רעגירונג האט נישט געוואלט אנארקענען. עס האט אבער גארנישט געהאלפן ווייל די נייע פארלאמענט האט געהאט די שטיצע פון רוב איירישע בירגער און זיי האבן אויפגעשטעלט אן אייגענע ארמיי. די נייע ארמיי האט אטאקירט אלע בריטישע זיכערהייט קראפטן. די בריטישע רעגירונג האט איינגעזען אז אן קיין קרבנות פון ביידע זייטן וועט זי נישט קענען צושטערן אירלאנד'ס זעלבסטשטענדיגקייט האט זי באשלאסן צו נעמען די גריגערע וועג און זיך אראפגעזעצט פארהאנדלן מיט די איירישע. אין די ענדע איז געבליבן א פשרה אז די בריטישע רעגירונג וועט אנארקענען די איירישע פארלאמענט און די איירישע וועלן ווייטער בלייבן א טייל פון די בריטישע אימפעריע מיט די אויסנאם פון איר אייגענע רעגירונג. זעקס גרויסע איירישע צפון שטעט זענען ווייטער פארבליבן א טייל פון בריטאניע צויליב זייער מערהייט פון פראטעסטאנטן איינוואוינער וועלכע זענען געווען לאיאל צו די בריטישע מאנארכיע.


די צווייטע וועלט מלחמה

בריטאניע איז אין די יארן פאר די צווייטע וועלט קריג נאך אלץ באצייכנט געווארן אלס איינע פון די שטערקסטע לענדער אין די וועלט און איז געווען א טייל אין די אזוי גערופענע "ליג אף נעישאנס" וועלכע איז געגרינדעט געווארן נאך די ערשטע וועלט קריג צו העלפן אויסגלייכן אינטערנאציאנאלע קאנפליקטן מיט פרידן. די געוועזענע מלחמות האבן געברענגט בריטאניע אסאך פארלוסטן אז עס האט זיך איר מער נישט געגלוסט אנטייל צו נעמען אין א קריג, ספעציעל איבער קאלאניעס וועלכע האבן סייווי געוואלט ווערן זעלבסטשטענדיג. ווען די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט בריטאניע בשום אופן נישט געוואלט אריינגעשלעפט ווערן אין א פרישע קריג. דער דעמאלטסדיגער פרעמיער מיניסטער נעוויל טשעמבערליין האט פרובירט מיט אלע זיינע כוחות צוריק צו האלטן די געטראפענע לענדער ארויסצוגיין אין א קריג. זיין פאליסי איז שפעטער באצייכנט געווארן אלס א פאטאלער טעות ווייל לויט אלע שאצונגן וואלט אן אייראפעאישע קאאליציע געקענט צוברעכן היטלער'ס (ימ"ש) מאכט אנהויב קריג. ערשט ווען דייטשלאנד האט איינגענומען פוילן אן קיין שום סיבה זענען בריטאניע און דייטשלאנד אריין אין קריג קעגן דייטשלאנד, איטאליע, און יאפאן, באקאנט אלס די דריי אקס. פראנקרייך איז שפעטער איינגענומען געווארן דורך דייטשלאנד און בריטאניע איז געבליבן אליינס קעמפן קעגן דייטשלאנד ביז ווען רוסלאנד און די אליאירטע זענען אויך אריינגעשלעפט געווארן אין די קריג און האבן געגרינדעט א מעכטיגע קאאליציע קעגן נאצי-דיישטלאנד און אירע מיטשטייער. די בריטישע איינוואוינער האבן געליטן 5 שווערע יארן ווען נאכט נאך נאכט האט מען געהאט אויסצושטיין פון די דייטשע פליגער אטאקעס וועלכע האבן איבערגעלאזט שווארצע נעכט מיט הונדערטער קרבנות, ספעציעל ענדע קריג ווען דייטשלאנד האט אויסגעטראפן נייע ראקעטן וועלכע זענען געפלויגן אזוי שנעל אז די סירענעס האבן פארפעלט צו מעלדן די איינוואוינער אז עס קומט אן אטאקע. ארום 4.5 מיליאן בריטישע מענער זענען געווען אין די מיליטער און נאך 3 מיליאן זענען פארבליבן אין לאנד אלס א טייל פון א היימלאנד זיכערהייט מיליטער.


די מלחמה נאכווייען און די ווידער-אויפבלי פון די עקענאמיע

די ערשטע יארן נאך די צווייטע וועלט קריג איז געווען פון די ערגסטע יארן אין די בריטישע היסטאריע. די עקענאמיע איז געווען אין תהום, טויזנטער מענטשן האבן נישט געהאט קיין דאך איבער'ן קאפ צוליב די צענדליגער טויזנטער הייזער וואס זענען חרוב געווארן פון די באמבארדירונגן, ווער רעדט נאך פון ארבעט. הונדערטער פירמעס האבן עס נישט געקענט אדורכטראגן און האבן באנקראטירט. די וואס זענען שוין יא געבליבן אין ביזנעס האבן אויפגעזאגט רוב פון זייערע ארבייטער און אזוי האט די גאנצע לאנד געלעבט אין ארימקייט. דער ווינטער פון 947' איז באצייכנט געווארן אלס בריטענ'ס ערגסטע ווינטער. עס איז געווען א מאנגעל אין אלע לעבנסוויכטיגע זאכן, ווי עסן, אויל, גאזאלין, שעלטערס און צו אלע צרות איז עס געווען אן אויסטערלישער קאלטער ווינטער וואס האט נאכמער צוגעגעבן זאלץ אויף די וואונדן. מענטשן וואס געדענקן יענעם ווינטער ווילן ווייניג רעדן דערוועגן אזוי ווי אן עושר וואס וויל פארגעסן פון זיין אמאליגן דחקות. די ערשטע יאר נאך די קריג איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די בריטישע רעגירונג איז פארזונקען געווארן אין חובות נאכדעם וואס די שטייערן וואס מען האט איינקאסירט זענען געווען ווייניגער ווי האלב און די אויסגאבעס זענען געווען העכער ווי נארמאל צוליב די קריג. ווען נישט די שטיצע וואס די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע האבן אנגעבאטן וואלט די בריטישע רעגירונג צוזאמענגעפאלן.

אויף דער פאליטישער סצענע איז די וועלט איבערראשט געווארן ווען די לייבאר פארטיי האט באוויזן צו געווינען די מאכט קעגן דעם וועלט באוואוסטן קאנסערוואטיוון פרעמיער מיניסטער ווינסטאן טשערטשיל, וועלכער האט אנגעפירט מיט די העפטיגע מלחמות ביז צו די ענדע פון נאצי-דייטשלאנד. עס איז אים אבער גארנישט צוניץ געקומען ווען דאס לאנד האט געשוועבט אין ארימקייט און דאס פאלק האט אויסגעקליבן די לייבאר פארטיי וועלכע האבן צוגעזאגט צוריק צו ברענגען די עקאנאמיע צו סטאביליזם. די לייבאר פארטיי האט זיך באלד גענומען צו דער ארבעט און אראפגענומען צענדליגער פארבאטונגן אין האנדל. דאס האט אנגעהויבן צוביסלעך הייבן די עקספארט. די רעגירונג האט דאן אינוועסטירט ביליאנען דאלארן צו העלפן די ריזיגע פירמעס און אזוי ארום אנגעהויבן הייבן די עקאנאמיע וועלכע איז צוריק סטאביליזירט געווארן אין יאר 948'. אינעם זעלבן יאר האט די בריטישע רעגירונג ערייכט איינצושטעלן די נאציאנאל אינשורענס אקט, אירע בעסטע פראגראמען וואס מען האט זיך אמאל נישט געקענט פארשטעלן אז א רעגירונג וועט דאס געבן פאר אירע בירגער. די אינשורענס אקט האט אריינגענומען די פראגראמען וואס זענען אונז שוין היינט באקאנט ווי: אנעמפלאוימענט, דיסעביליטי, אלטקייט, און טויט. אויך איז אין יענעם יאר איינגעשטעלט געווארן די פרייע מעדיקעל פלאן פאר יעדן בריטישן איינוואוינער, א פראגראם וואס האט אריינגעצויגן אין פיל העכערע קאסטן ווי מען האט פארגעשאצט. די רעגירונג האט טאקע באלד דערויף איבערגעארבעט דעם פלאן, אראפנעמענדיג עטליכע זאכן פון די פרייע מעדיקל ליסטע.

נאך דעם קריג האט בריטאניע נאכאלץ געשפילט א וויכטיגע ראלע אין אינטערנאציאנאלע געשעענישן. אין 1945 איז זי געווארן א פערמענאנטער מיטגליד אין דער זיכערקייט ראט פון די פאראייניגטע פעלקער. אלס א טייל פון די ראט איז בריטאניע געווען צווישן די לענדער וואס האבן אנגעהאלטן קאנטראל אויף דייטשלאנד און זי געהאלפן זיך ווידער אויפבויען עקענאמיש. כאטש די לייבאר פארטיי האט דעמאלט געהאט די מאכט אין בריטאניע האט זי זיך גוט צוגעשטעלט אין ארויסהעלפן אלע יו-ען מיסיעס סיי מיליטעריש און סיי מיט געלט.

אין יענע יארן האט אנגעהויבן וואקסן די קנאה-שנאה צווישן די וועלט'ס צוויי גרעסטע גרויסמאכטן, די פאראייניגטע שטאטן און רוסלאנד (אדער ווי מען האט עס דעמאלט באצייכנט די "יו.עס.עס.אר."),. בריטאניע האט זיך דאן גענומען בויען איר אייגענעם נוקלעארן מאכט מיט די הילף און צושטייערונג פון די פאראייניגטע שטאטן וועלכע האט איר אנגעהויבן באטראכטן אלס איר בעסטע פריינט אין פאל פון א קריזיס. בריטאניע האט זיך אויסגעצייכנט אין פארשטאנד אין דעם נוקלעארן פעלד און אמעריקע האט איר צוביסלעך אויפגעדעקט אלע נוקלעארע סודות און געעפענט פאראייניגטע פארשונגן מיט וויסנשאפטלער פון ביידע לענדער.

בריטאניע פארלירט איר אימפעריע

נאך אין די יארן בעפאר דעם קריג האט בריטאניע אנגעהויבן פארלירן איר אימפעריע, געבנדיג נייע רעכט פאר די גרויסע קאלאניעס וועלכע האט זיי געפירט צו מאכן שבת פאר זיך אליינס. די דריי גרעסטע קאלאניעס צווישן זיי זענען געווען קאנאדע, אויסטראליע און ניו זילאנד.

אינדיע איז אלע יארן געווען אונטער בריטישע הערשאפט. בריטאניע האט אויף אינדיע געהאלטן א באזונדערע וואכזאמע אויג צוליב די פילע האנדל וואס זי האט קאנטראלירט דארט. אבער אויך די אינדיאנער האבן אנגעהויבן זאמלען מאמענטום פאר זעלבסטשטענדיגקייט. די אינדיאנער זענען ווי באקאנט צוטיילט אין צוויי רעליגיעס – הינדוס און מוסולמענער- די הינדוס האבן געוואלט האבן א פאראייניגטע אינדיע אבער די מוסולמענער האבן געוואלט האבן אן אייגענע רעגירונג נאר פון מוסולמענער.

דער אייניציגסטער וועג וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט אינדיע איז געווען אריינצושיקן שלום טרופן אבער די בריטישע רעגירונג איז געווען געדרוקט אין געלט און האט זיך דאס נישט געקענט ערלויבן. בלית ברירה האט בריטאניע געמוזט אויפגעבן קאנטראל אויף אינדיע. נאך איידער די בריטישע האבן אוועקגעשטעלט עפעס א פלאן פון א נייע אינדיאנישע רעגירונג האט אויסגעבראכן א שוידערליכע ציווילע קריג אין אינדיע צוליב דעם אויבנדערמאנטן קאנפליקט. יענע קריג האט אפגעקאסט די לעבנס פון נאנט צו א האלב מיליאן מענטשן. מיט די יארן האבן זיך די צוויי רעליגיעס אראפגעזעצט צום טיש און אויפגעשטעלט א רעגירונג. עס איז נאך היינט נישט פאראן קיין פרידן אין אינדיע. יעדן טאג ווערן גע'הרג'עט מענטשן דורך עקסטרעמיסטן.

אויך עגיפטן איז געווען קאנטראלירט דורך בריטאניע וועלכע איז געווען קריטיש וויכטיג ווייל אזוי האט בריטאניע געקענט האלטן א שטיקל קאנטראל אויף די סועז קאנאל. בעפאר די צווייטע וועלט קריג האט בריטאניע ארויסגעצויגן איר ראלע פון די עגיפטישע רעגירונג אבער האט ווייטער אנגעהאלטן קאנטראל אין מערערע טיילן פון מיטל מזרח, אלעס וועגן די סועז קאנאל (די סועז קאנאל איז געווען די וואסער-וועג פון אלע אייראפעאישע עקספארטן).

נאך דעם קריג ווען עס האט זיך אנגעהויבן די שווערע קאנפליקטן וועגן דאס גרינדונג פון מדינת ישראל האבן סיי די איזרעאליס און סיי די עגיפטישע באשולדיגט בריטאניע (בריטאניע האט קאנטראלירט אלע פאלעסטינער שטחים) פאר'ן אוועקנעמען דעם אנדערנ'ס זייט און ביידע האבן געוואלט זען בריטאניע ארויס פון דעם מיטל מזרח. אין יאר 1956 האט דער עגיפטישער פירער גאמעל אבדער נאסער איינגענומען דעם סועץ קאנאל. בריטאניע האט באלד מאביליזירט א שטארקע מיליטערישע קראפט אינאיינעם מיט פראנקרייך און מדינת ישראל און באלד געהאט איינגענומען דעם קאנאל, ווען אין דער לעצטער מינוט האט די פאראייניגטע שטאטן מיט רוסלאנד זיך אריינגעמישט און דאס נישט צוגעלאזט. די סועז קאנאל קריזיס האט ארויסגעשטויסן בריטאניע פון די גאנצע ראיאן און האט געמאכט די בריטישע איינזען אז זי איז מער נישט קיין גרויס מאכט.

דורכאויס די 1960ער יארן האט זיך דאס זעלבע זאך אפגעשפילט מיט צענליגער אפריקאנער לענדער. אזעלכע לענדער ווי גהאנע, ניגעריע, אוגאנדע און קעניע האבן אלע באלאנגט צו בריטאניע און זענען געווארן אייגענע מלוכות אבער האבן אדאפטירט בריטישע געזעצן אלס א טייל פון זייערע קאנסטיטוציעס. אפילו נאכדעם וואס בריטאניע האט פארלוירן איר אימפעריע האט זי נאך אנגעהאלטן א שטארקע נאנטשאפט מיט די אלע לענדער און האט עמטליך אריינגענומען יעדן אימיגראנט פון די לענדער. דאס זעלבע איז געווען פארקערט בריטישע וואס זענען געפארן אדער אימיגרירט צו איינע פון די לענדער האבן געהאט אלע רעכט פונקט ווי אירע אייגענע בירגער. די אלע זאכן האבן זיך אבער געענדיגט מיט די יארן נאך אסאך פראבלעמען וואס דאס האט מיטגעברענגט.

די קאנסערוואטיוון נעמען איבער

אין יאר 951' האט די לייבאר פארטיי פארלוירן איר מערהייט אין פארלאמענט און די קאנסערוואטיוון זענען צוריק אריינגעקומען אין מאכט. דאס האט געברענגט דאס לאנד צו גרויסע ענדערונגן. ערשטענס האבן זיי צוריק פריוואטיזירט אלע אייזן אינדוסטריס, געהויבן די שטייערן פאר די רייכע, ענגער געמאכט די אימפארטן און רעגירונג אויסגאבן. צוויי אינדוסטריס זענען גאר שטארק געשטיגן אין די ערשטע יארן מיט די קאנסערוואטיוון אין מאכט: אויטאס און טעלעוויזיע. די צוויי זאכן האבן נאכמער אויפגעלעבט די נארוואס ערהוילטע עקענאמיע און עס זענען צום ערשטן מאל אין די היסטאריע אריינגעקומען קאנקורענטן אין די מידיא אינדוסטרי אויף וועלכע די פירמע בי.בי.סי. האט אנגעהאלטן א שטארקע מאנאפאלי. די בריטישע האבן זיך קונה געווען דער בעסטער נאמען אין די 50'גער יארן אין ספארטס, מוזיק און סטיל. עטליכע בריטישע האבן צום ערשטן מאל דערגרייכט דעם שפיץ פון די וועלט'ס העכסטע בארג, די מאונט עווערעסט. אן אנדערע גרופע האט באוויזן אריבעצושפרייזן דעם אנטארקטיקע. א געוויסער מאן ראזדשער בעניסטער איז געווארן דער ערשטער מענטש וואס איז געלאפן א מייל אין ווייניגער ווי 4 מינוט. אין מוזיק איז בריטאניע געווען נאכמער פארגעשריטן. די שענסטע מוזיק שפילער און זינגער זענען געווען פון בריטאניע און די גאנצע וועלט האט גערעדט פון זיי טעגליך. היינט איז אמעריקע די בעסטע אין די אלע זאכן. די קאנסערוואטיוון האבן אנגעהאלטן די רעגירונג ביז אין 74' ווען די לייבאר פארטיי האט איר געווינען מיט א שמאלע מערהייט. די לייבאר פארטיי האט דאן געהויבן די מינימום געהאלטן און די עקענאמיע איז געבליבן אויפ'ן זעלבן שטאפל. די לייבאר פארטיי האט אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן ווען אין 79' האבן די קאנסערוואטיוון זיך ווידער אריינגעריקט און מארגארעט טעטשער איז געווארן די ערשטע פרוי פרעמיער מיניסטער אין ענגלאנד. טעטשער האט אנגענומען א נארישע קאנסערוואטיווע פאליסי אין די עקענאמיע וועלכע האט געפירט צו א קאטאסטראפע. צענדליגער פירמעס זענען געגאנגען באנקראט און טעטשער'ס אייגענע פארלאמענט מיטגלידער זענען געווען גרייט צו רעוואלטירן. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט טעטשער מיט די קאנסערוואטיוון באזיגט געווארן גרינגערהייט. נאר עס האט פונקט דאן אויסגעבראכן קריג מיט ארגענטינא איבער א בריטיש געבינדענע אינזל (פאלקלענד) אין דרום אטלאנטיק וועלכע ארגענטינא האט באצייכנט אלס איר אייגנטום. בריטאניע האט גרינג באזיגט און פארטריבן די ארגענטינישע און די קאנסערווארטיוון האבן נאכאמאל געווינען די וואלן אין 83'. טעטשער האט ווייטער אנגעהאלטן אירע פאליסיס און אטאקירט די סאציאלע פראגראמען וועלכע איז געווען די רוקן-ביין פון די לייבאר פארטיי. אלעס איז אזוי ווייטער געגאנגען בארג אראפ ביז די פארטיי מיטגלידער האבן רעוואלטירט און טעטשער האט רעזיגנירט אין 90'. בריטאניע האט אין די לעצטע 25 יאר אסאך געליטן פון די איירישע פראבלעמען וועלכע האבן זיך ארומגעקריגט און טעראריזירט איינע די אנדערע און אויך די בריטישע בירגער. ווי דערמאנט זענען די איירישע געווען צוטיילט אין צוויי רעליגיעס: דאס מערהייט איז געווען קאטויליקן און די וואס האבן געוואוינט אויף צפון זענען געווען פראטעסטאנטן. נאכדעם וואס אירלאנד איז געווארן זעלבסטשטענדיג זענען 6 צפון ראיאנען פארבליבן אונטער בריטישן קאנטראל. די קאטוילישע וואס האבן געוואוינט אויף צפון האבן אסאך געליטן פון די פראטעסטאנטן ווייל זיי האבן געהאלפן זייערע קאטוילישע ברידער צו באפרייען די 6 ראיאנען פון בריטאניע. אסאך טעראריסטן זענען אויפגעוואקסן אין די יארן וועלכע האבן אדורכגעפירט צענדליגער טעראריסטישע אטאקעס אויף סובוועי סטאציעס, שאפינג צענטערן, און טוריסט ערטער מיט די הילף פון די איירישע ארמיי. די קאנפליקטן האבן אנגעהאלטן ביז אין 98' ווען דער ספעציעלער דיפלאמאט פון אמעריקע, דזשארדזש מיטשעל, האט אויסגעארבעט א שלום אפמאך וועלכע איז אנגענומען געווארן דורך ביידע צדדים און האט אויפגעשטעלט א כמו רעגירונג אין צפון אירלאנד.


לעצטע אנטוויקלונגען

נאך טהאטשער איז געווארן פרעמיער מיניסטער דזשאן מעידזשאר, אויך א קאנסערוואטיוו, אבער ער האט געהאט א שווער פעלד אין צוזאמענהאלטן די פארטיי ווען דאס פאלק איז שוין מיד געווארן פון די קאנסערוואטיוון. מעידזשאר האט מיט דעם אלעם באוויזן צוריק צו געווינען זיין בענקל אין 92' אבער ער האט דאן פארלוירן זיין שטיצע, וועלכע איז געפאלן צו 18 פראצענט אין לאנד. בלית ברירה האט ער רעזיגנירט אלס פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי אבער איז ווידער געלאפן פאר זיין פאזיציע און צו זיין מזל נאכאמאל געווינען ווען א דריטל פון זיין אייגענע פארטיי האבן געוויילט קעגן אים.

די לייבאר פארטיי האט דאן ווידער אויפגעלעבט און האט אנגעהויבן איינשטעלן אירע פאליסיס, אויפשטעלנדיג א נייע פלאטפארמע פאר די עקענאמיע'ס וואויל-זיין. אין 94' האט די לייבאר פארטיי ערוועלט טאני בלער, א יונגער אדוואקאט, אלס איר נייער פירער. בלעיר האט באלד בענעפיטירט פון די צענדליגער סקאנדאלן וועלכע האבן געטראפן עטליכע קאנסערוואטיווע מיניסטארן. אויך די אומאיידעלע סקאנדאלן ארום די קעניגליכע פאמיליע איז אים גוט צינוץ געקומען ווייל די קאנסערוואטיוון זענען געווען שטארקע שטיצער פאר די מאנארכיע. די קאנסערוואטיוון זענען ווייטער געבליבן מיט קארגע 20 פראצענט שטיצע וואס האט געפירט צו די מעכטיגע לענסלייד וואס די לייבאר פארטיי האט אפגעהאלטן אין 997' מיט בלעיר אלס פרעמיער מיניסטער. בלעיר איז געווארן דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער אין די בריטישע היסטאריע.

בלעיר האט זיך באלד גענומען צו די טראדיציאנאלע לייבאר פאליסיס, ווי סאציאלע סערוויסעס און האנדל. ער האט באלד אפגעטיילט די באנק אף ענגלאנד פון די רעגירונג צו פארמיידן געלטליכע ענינים זאל פארמישט ווערן אין פאליטישע קאנפליקטן. ער האט אויך געשענקט מער מאכט פאר סקאטלאנד און וויילס, געבנדיג זיי מער קאנטראל און פאליטישע זעלבסטשטענדיגקייט. בלעיר איז פון אנהויב אוועקגעשטאנען פון דעם אייראפעאישן פארבאנד וועלכע האט שפעטער געפירט צו די איירא וואלוטע סיסטעם, באצייכנענדיג בריטאניע אלס א רייך לאנד וואס ברויך נישט די איירא. מיט דעם אלעם איז בריטאניע היינט שטארק אקטיוו אין די אייראפעאישע פאראיין. בלעיר האט אויך אין א ספעציעלן אקט עלעמינירט כמעט אלע 750 מיטגלידער (אחוץ 92) פון די הויז אף לארד, אלס א שריט צו מאדערניזירן די רעגירונג.

אין די נאציאנאלע וואלן פון יוני 2001 איז די לייבאר פארטיי ווידער ערוועלט געווארן מיט א לענדסלייד וואס האט געבראכן די רעקארד אין די בריטישע היסטאריע פאר צווייטע טערמין. די עלעקציעס איז געווען א מעכטיגע זיג פאר די לייבאר פארטיי און די אנגייענדיגע פאליסיס פון בלער, וועלכער האט געווינען א צווייטע טערמין אלס פרעמיער מיניסטער.

לייבאר האט געוואונען א דריט מאל אין די אלגעמיינע וואלן פון 2005, אבער זייער שטיץ איז שטארק געפאלן און זיי האבן באקומען די שטימען פון נאר 35% פון די וואס האבן געשטימט.

דעם 6טן מאי 2010 איז פארגעקומען אלגעמיינע וואלן און די אויסקומפט איז געווען א געהאנגענער פארלאמענט, דאס ערשטע מאל זייט 1974. די קאנסערוואטיווע פארטיי האט געווינען די מערסטע צאל זיצן, אבער נישט גענוג צו האבן א מערהייט. די קאנסערוואטיוון האבן געמאכט אן אפמאך מיט די ליבעראלע דעמאקראטן, און דעיוויד קאמעראן, דער קאנסערוואטיווער פירער, האט אויפגעשטעלט די ערשטע קאאליציע רעגירונג זייטן צווייטן וועלט קריג.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!