רוי:דעיוויד קאמעראן
|
דעיוויד וויליאם דאנאלד קאמעראן (ענגליש: David Cameron; געב' דעם 9טן אקטאבער 1966) איז געווען דער פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע. ער איז א דעפוטאט פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי. ער האט געפירט די ערשטע קאאליציע רעגירונג אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך זיין דעם צווייטן וועלט קריג, און איז דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער אין די לעצטע 200 יאר.
קאמעראן האט שטודירט פילאזאפיע און עקאנאמיע אין אקספארד אוניווערסיטעט. ער איז געוויילט צום ערשטן מאל צום בריטישן פארלאמענט אלס קאנסערוואטיוון דעפוטאט אין 2001, פארן וויטני וויילערשאפט. נאך די וואלן אין 2005 איז קאמעראן באשטימט געווארן פירער פון די קאנסערוואטיוון. ביי די וואלן אין 2010 זענען די קאנסערוואטיוון געווארן די גרעסטע פארטיי, אבער אן א מערהייט. דער פריערער פרעמיער מיניסטער גארדאן בראון האט זיך אפגעזאגט פון אמט ווען ער האט געזען אז קאמעראן גייט שאפן א קאאליציע מיט די ליבעראלע דעמאקראטן, וואס וועט האבן 363 מאנדאטן (פון 650 אינגאנצן). זאפארט האט די קעניגין עליזאבעט גערופן קאמעראן אים צו באשטימען פרעמיער מיניסטער מיט דעם פליכט פון שאפן א נייע רעגירונג.
קאמעראן איז א מיטגליד פון די "קאנסערוואטיווע פריינד פון מדינת ישראל".
אין 2016 האט ער גערופן א רעפערענדום אויף דער פראגע צי דאס פאראייניגטע קעניגרייך זאל פארלאזן דעם אייראפעאישן פארבאנד.
פריערדיגער: גארדאן בראון |
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 2016 - 2010 |
נאָכפאלגער: טערעזא מיי |
פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניגטן קעניגרייך | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!