מוסטער:אין די נייעס
- רעפובליקאנער קעווין מעקאַרטי (אין בילד) איז ערוויילט רעדנער פון די פאראייניגטע שטאטן הויז פון רעפּרעזענטאַטן (נידריגער פליגל פונעם קאנגרעס) נאָך פופצן רונדעס פון אָפּשטימונג, די מערסטע רונדעס זינט 1860, איבערנעמענדיג דעמאקראטישע נענסי פעלאסי
- קראאטיע אַדאפּטירט די אייראָ און שליסט זיך אן אינעם שענגען זאנע.
- Luiz Inácio Lula da Silva (עב') איז איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעזידענט פון בראזיל, נאך זיין זיג אין די וואלן איבער דעם אמטירנדן פרעזידענט זשאאיר באלסאנארא
- א קאנפערענץ איז פארגעקומען אין מאנסי דורך צענדליגע היימישע שריפטשטעלער, זיך צו פאראייניגן איבער כללים און גראמאטיק אין אידישן שפראך.
- רבי יעקב מאיר שעכטער איז ארויסגעכאפט געווארן דורך די אייניקלעך פון זיין דירה אין בית שמש וואו ער איז פארהאלטן געווארן דורך גבאים, און געפירט געווארן קיין ביתר. דער געריכט האט גע'פסק'נט אז ער זאל בלייבן ביי די אייניקלעך.
- מער ווי 80 מענטשן זענען אומגעקומען אין דער "ציקלאָן (עב') באָמבע" זאַווערוכע אין די פאראייניגטע שטאטן, פון וועלכע ארום 25 זענען געווען אין דער שטאט באפאלא אין סטעיט ניו יארק.
- אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי קומט אויף א באזוך קיין וואשינגטאן אינמיטן ברען פון רוסלאַנד-אוקראינע מלחמה.
נפטר געווארן: הרב חיים דרוקמאן (עב'), רבי חנוך ערנטרוי, רבי שלום כהן, רבי יצחק טוביה ווייס