רוי:קאזאכסטאן

ווערסיע פון 01:08, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וּיִ" ב־"ואי")
רעפובליק פון קאַזאַכסטאַן
Қазақстан Республикасы
פאן
סימבאָל
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
Менің Қазақстаным
מיין קאזאכסטאן
אָרט פון
קאָנטינענט אזיע
אָפיציעלע שפּראַך קאַזאַכיש, רוסיש
הויפּטשטאָט נורסולטאן
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

Kassym-Jomart Tokayev
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
קוואַדראַט ק"מ
43
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

16,600,000 (2011)
62
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע
צייט זאָנע
אינטערנעט דאָמען kz.
טעלעפאָן קאָד +

קאַזאַכסטאַן (Қазақстан אָדער Казахстан) איז אַ לאַנד אין צענטראַל־אַזיע און אייראפע און איז דאס ניינטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. זיין הויפּטשטאָט איז אַסטאַנאַ, און איז פריער געווען אַלמאַטיע.

קאזאכסטאן איז איינער פון די גרעסטער אנטיילנעמערס פון דעם טורקישער ראט און די טורקס"וי קהילה. די מלוכישע שפראך, קאזאכיש, קערט זיך זייר נאנט צו אנדערע טערקישע שפראכן מיט וועלכער עס איז פארבונדן אין א שטארקן אופן דורך די קולטור און היסטאריע.

פאר דעם מערסטן טייל פון זיין היסטאריע, אין תחום פון היינטיקן קאזאכסטאן זענען נאמאדישער שבטים געווען די מערהייט פון באוואוינערס. ביי דעם זעכצנטן יארהונדערט זענען די קאזאכישערס ארויסגעקומען ווי א פאראייניגטער ציבור, אפגעטיילט אין דריי מחנות. רוסלאנד האט זיך אנגעהויבן צו מקריב ווערן צום קאזאכישער סטעפ אין דעם אכצנטן יארהונדערט און ביי דעם מיטן פון ניינצענטן יארהונדערט איז גאר קאזאכסטאן געווען א חלק פון דער רוסלענדישער אימפעריע. נאך דער רוסישער רעוואלוציע דער תחום פון קאזאכסטאן איז סוף-כל-סוף געווארן די קאזאכישע סאוועטע סאציאליסטישע ראטנרעפובליק אין 1936, א חלק פון סאוועטן פארבאנד.

קאזאכסטאן האט זיך דערקלערט א זעלבסטשטענדיג לאנד דעם 16טן דעצעמבער, 1991, און איז געווען די לעצטע סאוועטע רעפובליק צו מאכן אזוי. זיין פירער פון דער קאמוניסטישער תקופה, נוסורלטאן נאזארבאיעוו, איז געבליבן צו ווערען דער ערשטער פרעזידענט, א מעמד וואס ער האלט נאך פאר מער פון צוואנציג יאר. פון זעלבסטשטענדיגקייט אן, קאזאכסאטן לויפט נאך נאך א באלאנסירטע אויסלאנד-פאלאציע און ארבעט צו בעסערן זיין עקאנאמיע, בפרט בנוגע צו זיין אינדוסטריע פון "היידרא-קארבאן". אין דער זעלבער צייט, דאס הייסט נאך דעם סאוועטן בונד, האט קאזאכסטאן מוסיף געווארן צו אנטיילנעמען מיט א סאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס ווי די פאראייניגטע פעלקער, די איירא-אטלאנטיק שוטפות'ער ראט און די שאנכיי קאאפעראציע ארגאניזאציע. קאזאכסאטן איז אויכעט איינע פון די זעקס נאך-סאוועטע מדינות, וואס זענען מקיים געווען א זעלבסטשטענדיגע שותפות אקציע פלאן מיט נאט"א.

קאזאכסטאן איז היים צו א קיבוץ פון א סאך פארשידענע פעלקער און קאלטורין, און איינער פון די עיקרים איז ווארום יאזעף סטאלין האט געשיקט גאר פעלקער אין גלות צום יענעם לאנד. קאזאכסטאן יעצט האט א באפעלקערונג פון 16.6 מיליאן מענטשען מיט 131 נאציאנאליטעטן, בתוכם: קאזאכן, רוסן, אוקריינען, דייטשן, אוזבעקן, טאטארען, און אואיגארן, אבער בערך 63% פון דער באפעלקערונג זענען קאזאכן. קאזאכסטאן איז א מדינה וואס לאזט פרייהייט פון רעליגיע און א סאך פארשידינע גלויבנס זענען געפונין, און עס איז דא אין קאזאכסטאן אויכעט א אידישע קהילה. איסלאם איז דער רעליגיע פון 70% דעם מענטשען ווייל קריסטנטום איז דער רעליגיע פון 26.2% פון מענטשען. וויבאלד אז דער קאזאכישער שפראך איז דער מלוכישער שפראך, מכל מקום רוסיש איז גענוצט אין אן אפיציעלע אופן גלייך אויף גלייך מיט קאזאכיש אין קאזאכסטאן'ס פאלקסאינסטיטוציעס.

היסטאריע

דער קאזאכישער קעניגרייך

די ערשטע באוואוינערס אין צענטראל-אזיע זענען געווען אינדא-איראנען, און די טערקישע פעלקער האבן זיך אנגעהייבט צו מסיג גבול זיין צו זיי לפחות אין דעם 5טן יארהונדערט, אבער עס איז מעגליך אז עס איז געווען פריער. ביים סוף זיי זענען געווארען דער דאמינאנט נאציונאליטיע אין צענטראל-אזיע. אפילו אז יענערע טערקישע פעלקער האבן געהאט דעם צוויי שטאטן פון טארא"ז און האזראט-ע-טערקיסטא"ן, וואס זענען געווען וויכטיגע אפשטעלן אויף דעם זיידן גאס פון מזרח ביז מערב, מכל מקום אן אמת'ע פאליטישע סיסטעם איז נישט ארויסגעקומען ביז דער מאנגאלישער אינוואזיע אין דעם 13טן יארהונדערט. אונטער דער מאנגאלישער אימפעריע אדמיניסטראטישע דיסטריקטן זענען מקוים געווען, און יענע דיסטריקטן זענען שפעטער אונטערגעגאנגען דעם נייען קאזאכישן קעניגרייך.

דורך יענער תקופה, דאס נאמאדישע לעבן און א פיך-עקאנאמיע זענען ממשיך געווען צו דאמינירן דעם סטעפ. אין דעם 15טן יארהונדארט, האט אנגעהויבן דער קאזאכישער אידענטיטעט צו קומען ארויס צווישן די טערקישע שבטים, עד כדי כך אז ביי דעם 16טן יארהונדערט געפינט מען אן איינציקע קאזאכישע שפראך, קולטור און עקאנאמיע.

פונדעסטוועגן, די קאזאכן האבן געהאט מחלוקת'ן מיט די פערסיש-רעדנדיקע פעלקער צו דרום-זייט און ביים 17טן יארהונדערט איז דאס קאזאכישע קעניגרייך שוואך געווארן פון א טיילונג פוו די קאזאכידע שבטים אין דריי מחנות. לויט דער טיילונג, פאליטישע מחלוקת און די פארקלענערענט חשיבות פון זיידן גאס האט דאס אוזבעקישע קענעגרייך אריינגעכאפט צו אייננעמען דעם תחום פון מאנגעשלאק האלבאינדזל, וואס איז אויפן קאספישן ים, פון קאזאכישן קענעגרייך.

קאזאכסטאן אונטער רוסלענדישע אימפעריע

אינעם 19טן יארהונדערט, האט די רוסלענדישע אימפעריע אנגעהויבן צו גרעסערן זיך אין צענטראל-אזיע. די "גרויסער שפיל" תקופה, וואס איז געווען א געיעג צווישן רוסלאנד און דער בריטישער אימפעריע צו מלקט זיין דעם לאנד אין צענטראל-אזיע, איז געווען בערך פון 1813 צום 1907. די צארן זענען דעמאלט משלט געווען אויף דעם מערטייל פון דעם היינטיגן קאזאכסטאן-לאנד.

די רוסלענדישע אימפעריע האט אנגעהויבן אן אדמיניסטראציע-סיסטעם און האט געבויט מיליטארישע באראקן אין קאזאכסאן על מנת צו מייסד זיין זיין בייזיין אין צענטראלע אזיע. די ערשטע רוסישע שטאט אין קאזאכסטאן, אורסק, איז געבויט געווארן אין 1735. רוסלאנד האט גוזר געווען אז נאר רוסיש איז געווען דערלויבט אין אלע שולעס און ארגאניזאציעס פון דער ממשלה. צוליב דעם, אז רוסלאנד האט פראבירט צו דורכפירן זיינע סיסטעם, די קאזאכערס האבן אנגעהויבן צו גיין קעגן דעם רוסישער אימפעריע און ביי 1870 די מערהייט פון דעם קאזאכערס זענען געווען קעגן זיינדיג א חלק פון רוסלאנד. דאס איז געווען אויך בגלל די שלעכטס וואס די רוסישע השפעה האט געטאן צו די טראדיציאנעלע נאמאדישע לעבן און פיר-עקאנאמיע, און די הונגער וואס איז שנעל מחריב געווען דערביי א פאר קאזאכישע שבטים.

פון 1890 אן, גרעסערער נומערס פון באזעצערס פון די רוסלענדיישע אימפעריע זענען אנגעהויבן צו באזעצן דעם תחום פון היינטיגער קאזאכסטאן, בפרט די פראווענציע פון סעמירעטשיע. די נומער פון באזעצערס האט שנעל געוואקסט מער, ווען די טארנס-אראל באהן פון אורענבערג צו טאשקענט איז פארענדיקט געוורען אין 1906. די וואנדערונג צום קאזאכסטאן איז געווען אויסגעזען ביי א ספעציעלע וואנגערונג דעפארטאמענט (Переселенческое Управление) אין פעטערבורג. בסך-הכל, עס איז געווען בערך 400,000 רוסישע באזעצערס וואס זענען געוואנדערט צו קאזאכסטאן אינעם 19טן יארהונדערט, און בערך איין מיליאן סלאוון, דייטשערס, אידן, און אנדערען וואס זענען געוואנדערט צום תחום אין די ערשטע טייל פונעם 20טן יארהונדערט.

די קאנקורענץ וואס איז דעמאלט געשיין פאר לאנד און וואסער צווישן די קאזאכערס און די נייע באזעצערס האט געגעבן א גרויסע שינאה צו די קאזאכערס קעגן די השלטה פון די רוסישע אימפעריע, אין איהרע לעצטע יארען. די ערנצטעסטער אויפשטאנד, דער צענטראלע אזיע רעוואלט, אז געשיין אין 1916, ווען די קאזאכערס האבן אטאקירט די רוסישע און קאזאקישע באזעצערס און מיליטארישע באראקן. דער רעוואלט האט געברענגט א סאך בלוט-פארגיסונג צו ביידע זייטן. זיי האבן ביידע געקריגט קעגן די אנקום פון דער קאמוניסטישער ממשלה ביז 1919.

קאזאכסטאן אונטער סאוועטן בונד

אף-על-פי אז עס איז געווען דא א קורצע תקופה פון זעלבסטשטענדיגקייט אין די יארן נאך דעם סוף פון די רוסישע אימפעריע, די סאוויעטן האבן ברוטאל געקריגט קעגן די קאזאכערס, און סוף-כל-סוף די קאזאכערס האבן זיך אונטערגעווארפט דער סאוויעטער השלטה. אין 1920, דער היינטיגער תחום פון קאזאכסטאן איז געווארען אן אויטאנאמיש ראטנרעפובליק פון סאוויעטן בונד.

די סאוויעטע דערשטיקערונג פון די טראדיציאנעלע קאזאכישער פירערס מיט די גענייטע קאלעקטיוויזאציע אין די יארן פון 1920 צו 1930 האבן געבראכט הונגער און כעס צו דעם קאזאכישן פאלק. צווישן 1926 און 1939, די קאזאכישע באפעלקערונג האט פארלוירען 22% פון הונגערטויט און אוועקוואנדערונג. דעמאלט, אויך פול געוויסע קאזאכישע שרייבערס, פאעטן, פילאזאפן, פאליטיקאנטן און היסטאריקערס זענען נשחט געווארען ביי סטאלין'ס באפעלן, סיי על מנת צו זיין משלט אופן קאזאכישן פאלק און סיי על מנת צו דערשטיקן קאזאכישן אידענטיטעט און קאלטור. אין 1936, קאזאכסטאן איז געווארען א סאוויעטער ראטנרעפובליק. קאזאכסטאן האט מקבל געווען מיליאנען פון פארגלות'טן מענטשן פון אנדערער טיילן פון סאוויעטן בונד ביז די צווייטע וועלט מלחמה.

יענע פארגלות'טע מענטשן זענען אסיר געווארן אין עטליכע פון די גרעסטערע סאוועטישע גולאגס, בתוכם דער אלזשיר גולאג ארויס פון אסטאנא, וואס איז געווען פאר די ווייבער פון "פיינד פונעם פאלק". אין 1947, צוויי יארן נאך דעם סוף פון דער מלחמה, דער סעמיפאלאטינסט טעסט פלאץ פאר טעסטירן נוקלעארערע וואפנס איז מייסד געווארען נאנט צום שטאט סעמעי.

געאגראפיע

קאזאכסטאן ליגט אויף ביידע זייטן פון דעם אוראל טייך, וואס הייבט אן פון די אוראל בערג און פארענדיקט אין דעם קאספישן ים, מיט א צענטל פון זיין שטח אין אייראפע. קאזאכסטאן איז די ניינטע גרעסטע מדינה אין דער וועלט לויט שטח, און די גרעסטע לאנד איינגעשלאסענע מדינה אין דער וועלט, גלייך אין גרייס מיט מערב אייראפע. עס איז באגרעניצט מיט רוסלאנד, אוזבעקיסטאן, כינע, קירגיזסטאן און טורקמעניסטאן, און האט א בארטן אויפן קאספישן ים און דעם אראל ים.

קולטור

פאר דער רוסישער קאלאניזאציע, די קאזאכן האבן געהאט א רייכער קולטור מיוסד אין זייער נאמאדישע לעבן. אף-על-פי אז איסלאם איז געקומען קיין קאזאכסטאן אין דער 15טן יארהונדערט, די רעליגיע איז נישט געווען גענצלעך אויסגעפירט ביז פיל יארן שפעטער. על כן, איסלאם אין קאזאכסטאן איז געווען פארמישט מיט פריער טענגרייסטע (אדער די אלטע קאזאכישע עבודה זרה רעליגיע) ענינים.

לויט טראדיציאנעלער קאזאכישער גלויבן, פארשידענע גייסטער איינוואוינען אין דער ערד, הימל, וואסער, פייער, און בהמות. ביז היינט, טייל געסט זענען מכובד (נארמאל אין פלעצער ווייט פון גרעסטער שטעט) מיט א סעודה פון פרעש געהרג'עטע שעפסנס. די געסט זענען א מאל געבעט צו בענטשן די לעמל און בעטן זיין נשמה פאר רשות צו עסן פון זיין פלייש פאר דער שחיטה. א סאך אנדערע עסנווייג אויך האבן ספעציעלע מיינונגען אין היינטיגער קאזאכישער קולטור.

וויבאלג אז בהמות זענען געווען אזוי צענטראל צו די טראדיציאנעלע קאזאכישע לעבן, דער מערהייט פון מנהגים שטאמן פון בהמה'שע ענינים. למשל, קאזאכן האבן א סאך ליב רייטן פערד. עס איז אויכעט געווען מענטשלעך אין פריער צייטן צו פרעגן די שלום פון א מענטש'ס בהמות פאר פרעגן אים. אפילו היינט, א סאך קאזאכן זענען נאך פאראינטערעסירט אין פערד און בהמה'ישקייט.

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!