רוי:אראל ים
דער אַראַל ים (קאזאך: Арал Теңізі (אַראַל טענגיזי), אוזבעק: Orol dengizi, רוסיש: Аральскοе мοре) איז אן אזערע אין צענטראל-אזיע, וואס ליגט צווישן קאזאכסטאן אין צפון און אוזבעקיסטאן, אין דרום. אין די 1960ער יארן האט דער סאוועטן פארבאנד אנגעהויבן נעמען דאס פון די אמו דאריא און סיר דאריא טייכן, וואס פליסן אין אראל ים אריין, פאר באוואסערונג. דערפאר האט זיך דער ים אסאך איינגעצויגן.
דער אראל ים איז שטארק פארפעסטיקט, פון פרואוון וואפן, אינדוסטריעלע פראיעקטן, און פון באמיסטיקן דאס לאנד ארום דעם ים, סיי אין די יארן פונעם סאוועטן פארבאנד, סיי זייט דעמאלסט.
אין 1990 האט מען געבויט א דאמבע צו ראטעווען דעם צפון טייל פונעם ים. במשך עטליכע יארן האט דער וואסערפלאך זיך געהויבן. אבער די דאמבע האט געפלאצט, און מען בויט זי צוריק מיט געלט פון אינטערנאציאנאלע קוואלן.
- Survey of the Sea of Aral 1853.jpg
אראל ים בערך 1850
- Karte aralsee.jpg
2004 פאטאגראפיע פון אראל ים (מיט שווארצע ליניעס וואס ווייזן דעם ים אין 1850)
- Aral sea 1985 from STS.jpg
אראל ים אין 1985.
- Modis aral.jpg
אן אינזל אין אראל ים ווערט באהאפטן צו דער יבשה (2000/2001)
- AralShip.jpg
א שיף אין אראל ים, וואו ס'איז געווארן א מדבר
- Aral Sea.gif
1960–2014
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!