רוי:דוניי

ווערסיע פון 10:33, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
דוניי
קוואל שווארצוואלד
הייך פון קוואל 1,078 מעטער
Danube basin.png

דער דוניי (דייטש: Donau, סלאוואקיש און פויליש Dunaj, אונגאריש Duna, רומעניש Dunărea, טערקיש Tuna, אור-אלטע גריכיש Istros, קראאטיש Dunav, סערביש Дунав/Dunav, בולגאריש Дунав, אוקרייניש Дунай) איז דער לענגסטער טייך אינעם אייראפעישן פארבאנד און (נאכן וואלגא) דער צווייטער לענגסטער טייך אין גאנץ אייראפע.


ער הייבט אן אינעם שווארצוואלד אין דייטשלאנד אלס די קליינע בריגאך און ברעג טייכן וואס קומען צוזאמען אין דער שטאט דוניישינגען, נאכער הייסט ער דער דוניי וואס פליסט צו מזרח במשך 2850 ק"מ (1771 מייל), אדורכגייענדיג עטליכע הויפטשטעט אין צענטראלער און מזרח אייראפע, איידער ער גיסט אריין אינעם שווארצן ים דורך דער דוניי דעלטע אין רומעניע און אוקראינע. אין היסטאריע איז ער באקאנט אלס א גרעניץ פון דער רוימישער אימפעריע.

דער טייך פליסט אדורך — אדער גרעניצט — צען לענדער: דייטשלאנד (7.5%), עסטרייך (10.3%), סלאוואקיי (5.8%), אונגארן (11.7%), קראאטיע (4.5%), סערביע (10.3%), רומעניע (28.9%), בולגאריע (5.2%), מאלדאווע (1.7%) און אוקראינע (3.8%).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!