רוי:חוה

ווערסיע פון 21:24, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פערזענלעכ" ב־"פערזענליכ")

חַוָּה איז געווען די ערשטע פרוי און די ערשטע מאמע, זי איז באשאפן געווארן מיט'ן צלם אלקים. חוה איז געווען די פרוי פון אדם הראשון און די מאמע פון קין, הבל און שת, און נאך זין און טעכטער וואס זייער נאמען איז נישט באקאנט. איר נאמען ערשיינט צום ערשטן מאל אין פרשת בראשית, ג, כ. עס שטייט צוויי מאל דער נאמען חוה אין תנ"ך.

נאמען

אדם הראשון האט איר א נאמען געגעבן חוה, "כי היא היתה אם כל חי" - ווייל זי איז געווען די מאמע פון אלע לעבעדיגע, מאכנדיג חוה אלס די איינציגע פרוי וואס די תורה איז מסביר דעם נאמען.

דער באשאף פון חוה

די געשיכטע וויאזוי אדם און חוה זענען באשאפן געווארן ווערט דערמאנט צוויי מאל אין דער תורה. לויט ווי עס שטייט אין בראשית א', זענען אדם און חוה באשאפן געווארן פרייטאג "בצלם אלוקים", אבער עס שטייט נישט ווער עס איז באשאפן געווארן ערשט. ווי עס ווערט געשילדערט אין די תורה דאס צווייטע מאל, האט דער באשעפער באשאפן אדם פון ערד, און אים געלייגט אין גן עדן. ערשט האט ער באשאפן די בעלי חיים און זיי געברענגט צו אדם, און ווען אדם האט געזען אז אלע האבן א פאר און נאר ער האט נישט, האט דער אויבערשטער באשאפן חוה פון אים אליין, צו אוועקנעמען זיין איינזאמקייט: "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ; אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ" (עס איז נישט גוט פאר דעם מענטש צו זיין אליין, איך וועל מאכן פאר אים א העלפער צו זיין זייט).דער באשעפער האט אריינגעווארפן אדם אין א שלאף, דאן האט גענומען איינעם פון זיינע ריפביינער און דערפון באשאפן חוה.

אין גמרא[1] איז דא א מחלוקת פון רב און שמואל וואס דער צֵלָע איז געווען: איינער האלט אז אין אנהייב האט אדם געהאט צוויי פנימ'ער, פון ביידע זייטן קאפ, און איינס דערפון איז געווארן חוה. דער צווייטער האלט אז איז געווארן פון א וויידל. אין מדרש רבה שטייט אז רבי ירמיה בן אלעזר האט געזאגט אז אדם איז באשאפן געווארן אן אנדרוגינוס.

  1. ברכות סא,א; עירובין יח,א