רוי:גרשון גראדסקי

ווערסיע פון 18:29, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")

 

גרשון גראָדסקי (ענגליש: Gerold M. Grodsky, געב' ט"ו שבט תרפ"ז [לערך] /18טן יאנואר 1927 ,סאנט לואיס, מיזורי) איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון ביאָכעמיע, ביאָפיזיק, און מעדיצין אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, ווי אױך אַ דיאַבעט־פאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פאַר זיינע בייטראָגן אױף דער היינטצייטיקער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז.

ביאגראפיע

גרשון גראָדסקי איז געבױרן געוואָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין סנט לואיס, מיזורי. זיין פאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אױך געבױרן געוואָרן אין מיזורי, ווי אױך זיין מוטער, גאלדי (פעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פריִערדיקן דור זענען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פון באָראָמעל, אוקראַיִנע, און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּױלן.

לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי אַלס יונגער בחור בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה, האָט ווייטער געפירט מיטן טאַטנס סאָדע־איינפלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.[1]


גרשון אַליין האט אַלס בחור אױך מיטגעהאָלפן אין דער אָנפירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפט, און דערנאָך האָט אױך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפיציר אין אַמעריקאַנישן ים־פלאָט אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום הױפּט־לייטענאנט.

ער איז אַריינגעגאַנגען אין אילינויסער אוניווערסיטעט אין שטאָט אורבאַנאַ, און האָט דאָרט געקראָגן זיין באַקאַלאַווער אין ביאָכעמיע אין 1947, און ווייטער זיין מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, בערקלי, וואוּ ער האָט געקראָגן זיין דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין קיימברידזשער אוניווערסיטעט.

גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין וואָלף און געהאַט צוויי טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשיימי.

קאריערע

אין 1955, נאָך זיין נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געוואָרן אַ טייל פונעם פאַקולטעט פון ביאָכימיע אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, און איז געוואָרן דער אַסאָציאירטער פאָרשונג־פירער פון דער אוניווערסיטעטס אָפּטייל פון מעטאַבאָלישער אױספאָרשונג, וואָס דער פירער דערפון איז געווען פּיטער פאָרשאַם. מיט דער גרופּע פון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אױסגעפאָרשט קריטישע פראַגעס וועגן די פּראָדוקציע, איינזאַמלונג, און אַרױסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן־דריז.

אין אָנהייב פון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זיין לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשיידט די אונטערמאָגן־דריז פון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זיין דערביי די אַרױסלאָז פון אינסולין. כּדי נאָך ווייטער צו פאַרשטיין די פאָרעמס פון דעם אַרױסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אױף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפירט ווייטערדיקע פאָרשונגען אין זיין שפּראָצנדיקער טעאָריע וועגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרױס נישט אַלץ מיט איין מאָל, נאָר מיט צוויי באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אױסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.

אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפירט מיט עטליכע פון די ערשטע פאָרשונגען וועגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין פון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופענע וויספּעס ("islets"). ער האָט אױך ביי זיי שטודירט די אױפפירונג פון אינסולין־אַרױסלאָז אין אָנבליק פון דער דאָזיקער טעאָריע.

השפּעה אױף דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז

דורך אַלע די פאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–ווי גראָדסקי האָט דאָס משער געווען–אַז אינסולין ווערט טאַקע אַרױסגעלאָזט מיט צוויי באַזונדערע כוואַליעס[2]. האָט מען פונאַנדערגעשיידט "שנעלע" און "פּאַמעלעכע" כוואַליעס פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין. דער באַדייט פון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פאַרבייטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרױסלאָז פון אינסולין סתּם מיט איינשרפּיצונגען, ווייל אַן איינשפּריצונג גיט איין דעם גאַנצן אינסולין אױף איין שלאָג. האָט מען דערביי דערזען דאָס באַדערפעניש פאַר אַ מין קינסטלעכע אונטערמאָגן-דריז וואָס קען פּאָמפּעווען אינסולין אין גוף אַריין מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרױס השפּעה געהאַט אױף דער אַנטוויקלונג פון דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז, וואָס גרגאָדסקי האָט אױך ווייטער געאַרבעט אױף דער פּעולה דערפון[3].

אַנדערע פאָרשונגען

גראָדסקי האָט ווייטער געפאָרשט און אַרױסגעגעבן רעפעראַטן וועגן צאָלרייכע טעמעס, פאַרבונדן מיט די גאָרמים, ווירקנדיק אױף דעם אַרױסלאָז פון אינסולין, און מיט דער אייגנער ווירקונג פון אינסולין אױף דער אַנטוויקלונג פון דיאַבעט. צווישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פונעם מעטאַבאָליזם פון גלוקאָזע אין דער אינדוקציע פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין, אַריינגערעכנט דעם אױסשפּרירעווען פון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער ווירקונג פון רעאַקטיווע זױערשטאָף־זגאַלן ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקייט פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין אױף קאַלציום, און דער ווירקונג פון אַספּאַרטיש־זייערס און גלוטאַמיש־זייערס אױף דער איינזאַמלונג פון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אױסגעגעבן, מיט עירא גאָלדפיין כו', אַ פאַרייניקטן היפּאָטעז פון דיאַבעט מסוג 2 [4].

פּראָפעסיאָנעלע טעטיקייטן

גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפעסאָר אין פּאַריזער אוניווערסיטעט "דידעראָט" ("Paris 7") און אין גענפער אוניווערסיטעט ("University of Geneva"), און אַלס פאָרזיצער פון פאָרשונגען פון דער אַוויזיע־פאַרוואַלטונג פון דיאַבעט פאַר דער סעקרעטאַר פון געזונט אין די פאַרייניקטע שטאַטן.

גראָדסקי האָט אױסגעגעבן אַן ערך 225 ווישנשאַפטלעכע אַטריקלען.[5] ער האָט אױך געגרינדעט דעם זשורנאַל פון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעווטישן פון דיאַבעט ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אױך פונעם זשורנאַל פון וויסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט ("(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST").

ער זיצט אױף די וויסנשאַפטלעכע אַוויזיע־פאַרוואַלטונגען פון דער פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פאַרמאַצעווטישער פירמע "BioMarker Pharmaceuticals", צווישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, וואוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פון שטאַם־קעמערלעך צום שאַפן אינסולין. ער איז דער איינציקער טראָגער (און שאַפער) פון דער אוניווערסיטעטס אַ טיטל  "פּראָפעסאָר עמעריטירט – אַקטיוו."

פּרעמיעס

מראה מקומות

  1. ליב ב"ר דוב הלוי
  2. ארטיקל אין 'Endocrinology'
  3. University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134
  4. Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes
  5. http://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!