אפרים קציר (קאטשאלסקי) (16טן מאי 1916 - 30סטן מאי 2009) איז געווען א ישראלדיקער ביאפיזיקער, און דער פערטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, ער האט געווינען מערערע פרעמיעס פאר זיינע אויפטוען דורך ישראלדיקע ארגאניזאציעס.

ביאגראפיע

קציר איז געבוירן 1916 אפרים קאטשאלסקי אין שטאט קיעוו, אין דער דעמאלסטיגער רוסלענדישער אימפעריע, היינט אין אוקראינע. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די משפחה צוריק קיין לאדזש, פוילן, וואו די משפחה האט געוווינט איידער די קריג האט אויסגעבראכן. אין די 1920ער יארן, האט זיין משפחה געמאכט עליה און געקומען קיין ארץ ישראל.

ער האט זיך אנגעשלאסן אין דער הגנה, און זייענדיג א פיזיקער, האט זיין ארבעט דארט זיך בעיקר געשטעלט אויף אזעלכע פעלדער. זיין ברודער אהרן קציר, אויך א פיזיקער, איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע דורכגעפירט דורך יאפאנעזער, אין דעם טערמינאל פון בן גוריון פליפעלד.

אין מערץ 1973, האט די מפא"י אים אויפגענומען אלס זייער קאנדידאט פאר פרעזידענט, נאכן געווינען די נאמינאציע קעגן יצחק נבון. ער האט געווינען די אפשטימונג אין כנסת, קעגן אפרים אויערבאך, און געווארן דער פערטער פרעזידענט פון מדינת ישראל.

נאכן ענדיגן זיין ערשטע קאדענציע אין 1978 האט ער רעזיגנירט, און צוריק אויף זיין פארש ארבעט אין פיזיק. ער האט אויפגעשטעלט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט א ביאטעכנאלאגיע אפטיילונג, ווי אויך אין דעם ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט, וואו ער האט געגרינדעט די אפטיילונג נאך פארן ערוויילט ווערן פרעזידענט.

אין מאי 2009 איז ער געשטארבן, און ער איז באגראבן געווארן אין רחובות, לויט זיין צוואה, און נישט אויף הר הרצל אין ירושלים מיט די פירער פון די פאלק.

מוסטער:ישראל פרעזידענטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!