רוי:מדינת ישראל
שטאַט פון ישׂראל | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: התקוה | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | העברעאיש | ||||
הויפּטשטאָט | ירושלים | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
יצחק הערצאג יאיר לפיד | ||||
גרינדונג דאַטום |
פון פאראייניגטן קעניגרייך 14טן מאי 1948 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
20,770 קוואַדראַט ק"מ 149 2.0% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
9,136,000[1] 99 410 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $202.562 ביליאן (50סט) | ||||
וואַלוטע | ניי-שקל ₪ | ||||
צייט זאָנע | 2+ | ||||
אינטערנעט דאָמען | il. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 972+ |
ישראל איז אַ דעמאקראטיש לאנד אין מיטל מזרח, אויפן מזרח בארטן פונעם מיטלענדישן ים. דאס לאנד איז געגרינדעט ה'תש"ח (1948) ווי אן אומאפהענגיק לאנד, נאך דער ענדע פונעם בריטישן מאנדאט. רוב פון זיינע איינוואוינערס זענען אידן אבער עס זיצן אין אים אויך א גרויסער צאל פאלעסטינע אראבער, בעדואינער, דרוזן, און נאך אנדערע פעלקער. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ירושלים.
ישראל איז א קליין לאנד, אבער עס פארמאגט בערג, מדברות, בארטנס, טאלן און פלוינען. דער קלימאט איז ווארעם און טרוקן אין זומער, קיל מיט רעגן אין ווינטער.
אין די ערשטע יארן האט ישראל געהאט אנטוויקלט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן און האט אימפארטירט מער ווי עקספארטירט. אין די שפעטערע יארן האט אבער איר עקספארט פיל אויפגעבליט מיטן שנעלער עקאנאמישער אנטוויקלונג אין פארשידענע געביטן ווי לאנדווירטשאפט און נאך. אויך האט זי לעצטנס ערפארלגרייך אנטדעקט און אנטוויקלט נייע רעזערוון פון נאטורליכן גאז.
דער שטאַט ישראל, געגרינדעט ה'תש"ח (1948), עקזיסטירט היינט מערסטנס אינערהאַלב די היסטארישע גרעניצן פון לאַנד ארץ ישראל, דאס אידישע לאנד אין מערב אזיע. אנדערש ווי אלע לענדער, באטראכט זיך ישראל אלס דאָס היימאָרט צו די אַלע וועלכע געהערן זיך אָן צו דער אידישער רעליגיע, איז אָבּער ישראל דעמאקראטיש וואס איז שטארק קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע, טראָצדעם וואָס זי טראָגט אויסערליך דעם נאָמען ישראל.
מאנכע גרופּעס אינערהאלב דער רעגירונג פּרובירן זי פאראידישן און אנדערע זי צו פאר'גוי'שן, אָבער דער פינף-און-זעכציג יעריגער נאָכאַנאַנדער רעליגיעזער שטרייט איז וואַרשיינליך אַן ענדלאָזער און פאַרלוירענער.
די פאלעסטינער אראבער פאָדערן שטרענג די געביטן פון יהודה און שומרון (באוואוסט אלס דער מערב ברעג) מיטן ציל עווענטועל צו גרינדן א פּאַלעסטינער שטאַט.
רוב פרומע יידן דענקען אז די מדינה וועט אויפגעלעזט ווערן אינגיכן, און אלע פרומע אידן האָפן אויף דעם טאָג אין וועלכן משׁיח וועט אַנטפּלעקט ווערן און אויסלייזן די אידן פון גלות און זיי אַרויפברענגען אין ארץ ישׂראל.
די באפעלקערונג פון ישראל, אזוי ווי דאס צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק דעפינירט זי, איז געווען געשאצט 8,146,300 מענטשן אין 2014.
עטימאלאגיע
ישראל איז א טייל פון ארץ ישראל, דאס לאנד וואס די אידן האבן גענומען פון די כנענים. דאס לאנד הייסט אזוי ווייל דאס פאלק ישראל נעמט זיין נאמען פון ישראל, וואס איז איינער פון די נעמען פון יעקב אבינו.
היסטאריע
ארץ ישראל
דער באגריף ארץ ישראל ווי דאס לאנד פון די אידן גייט צוריק צו די אוראלטע צייטן. עס שטייט אין דער תורה אז הקב"ה האט צוגעזאגט דאס לאנד צו די דריי אבות, אברהם, יצחק און יעקב. דער ערשטער קעניג פון די אידן אין ארץ ישראל איז געווען שאול המלך, אין יאר ב'תת"ן (בערך). נאך שאול המלך האבן דוד המלך און שלמה המלך געהערשט איבער דער פאראייניגטער מלוכה. אין די טעג פון דעם מלך רחבעם, זון פון שלמה המלך, האט זיך די מלוכה צעשיידט: רחבעם איז געבליבן מלך איבער מלכות יהודה, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די שבטים יהודה און בנימין, און ירבעם בן נבט האט געהערשט איבערן ניי געגרינדעטע מלכות ישראל, וואס האט איינגעשלאסן די טעריטאריעס פון די אנדערע שבטים, וואס מען רופט די "צען שבטים".
די גרינדונג פון ישראל אין יאר ה'תש"ח איז געווען דורך אידן וואס שטאמען אממערסטנס פון שבט יהודה און איז אויפגעשטעלט געווארן, און גרעסטן טייל, צווישן די גרעניצן פון דעם היסטארישן ארץ ישראל.
דער רמב"ם שרייבט[2] אז דער פולקאמער צוריקקער און אויפבוי פון דער יידישער מלוכה אין ארץ ישראל וועט צושטאנד קומען דווקא דורך א מאן פון בית דוד וואס וועט זיך פירן אין די וועגן פון דוד המלך, דאס הייסט ער וועט דינען גאט און זיך באשעפטיגן אין תורה. טאמער וועט ער מצליח זיין אז דאס גאנצע יידישע פאלק זאל זיך פאראייניגן אונטער עם און ער וועט איינעמען ארץ ישראל און צוריקקערן 'אלע' אידן קיין ארץ ישראל און ער וועט פירן מלחמות מיט די ארומיגע פעלקער און זיי אלע באזיגן און אזוי אויך וועט ער אויפבויען דער בית המקדש, דעמאלטס וועט מען וויסן אויף זיכער אז גאט האט עם אויסגעוועלט צו זיין דער ממשיך פון מלכות בית דוד. דאס אלעס איז דערווייל נאכנישט צושטאנד געקומען, דערפאר זענען גלויביגע אידן נישט איינשטימיג אז דער היינטיגער ישראל איז דער ווידער אויפבוי פון דער יידישע מלוכה אין ארץ ישראל, און זיי זאגן נאכאלץ ביים דאווענען 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב'.
ישראל
געאגראפיע
ישראל געפינט זיך ביים מזרח עק פונעם מיטלענדישן ים, און האט גרענעצן מיט לבנון אין צפון, סיריע אין צפון־מזרח, ירדן אין מזרח און עגיפטן און דעם עזה פאס אין דרום־מערב. ישראל האט א לאנגע וואסער ברעג מיטן מיטלענדישן ים אין מערב, און א קליינע וואסער ברעג צו דרום אין אילת מיטן אילת איינגאס אינעם ים סוף, און ליגט צווישן גארטל ליניעס 29° – 34°N, און מערידיאנען 34° – 36°E.
ס'איז פאראן א בארג קייט וואס גייט אדורך דעם לאנד פון צפון צו דרום. צו מערב פון די בערג איז דער בארטן־פלוין און צו דרום געפינט זיך דער נגב מדבר. צו מזרח פון די בערג געפינט זיך א טאל מיט דעם כנרת אזערע אין צפון און דער ירדן טייך וואס פליסט אריין אין ים המלח אין דרום. דער ברעג פונעם ים המלח איז די נידריגסטע יבשה אין דער וועלט, 417 מעטער אונטער דעם ים־פלאך.
אין דרום איז א מדבר און כמעט קיין רעגן פאלט נישט דארטן. ישראל האט אויפגעשטעלט א גרויסן באוואסערונג פראיעקט וואס שפייכלערט וואסער אינעם כנרת אזערע און פירט וואסער פון צפון צום נגב כדי פלאנצן זאלן וואקסן דארט..
רעגירונג
ישראל ווערט געפירט דורך א פארלאמענטארישער סיסטעם ווי א דעמאקראטישע רעפובליק מיט אלגעמיינעם וואלרעכט פאר אלע בירגער וואס זענען אלט 18 יאר אדער עלטער. איינער פון די כנסת דעפוטאטן וואס קען באקומען א מערהייט אין דעם כנסת (פארלאמענט) ווערט פרעמיער מיניסטער, געווענליך דער פירער פון דער גרעסטער פארטיי. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איז נפתלי בענעט, וואס דינט אין דעם אמט זייט יוני 2021.
וואלן פארן כנסת מוז מען האלטן יעדע פיר יאר, אבער ווען דער רעגירונג פארלירט א צוטרוי־וואל דארף מען האלטן אלגעמיינע וואלן פריער. דער כנסת האט 120 מיטגלידער.
די סיסטעם פון וואלן איז פראפארציאנעל, און מען שטימט פאר א ליסטע פון א פארטיי.
ישראל האט נישט קיין קאנסטיטוציע, אבער דער כנסת קען איינפירן "גרונטיקע געזעצן".
דער פרעזידענט איז יצחק הערצאג.
פאליטיק
אין ישראל זענען פאראן א סך פאליטישע פארטייען. ביי די כנסת וואלן פון 2009 האבן צוועלף פארטייען באקומען דעפוטאטן אין כנסת. קיין איין פארטיי האט קיינמאל נישט געוואונען קיין קלארע מערהייט אין דער כנסת, און דער רעגירונג ווערט צאמגעשטעלט פון א קאאליציע. דער גרעסטער פארטיי אין דעם היינטיגן כנסת איז ליכוד, וואס שטיצט פריימארק פאליטיק מיט באגרענעצטן אינטערווענץ פון דער רעגירונג אין דער עקאנאמיע.
עקאנאמיע
ווען עס איז געווארן אומאפהענגיק איז ישראל געווען אן ארעם לאנד מיט ווייניג פראדוקציע פון לאנדווירטשאפט און אינדוסטריע. די עקאנאמיע האט אבער שטארק געוואקסן זייט 1948.
היינט ישראל ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די מערסט פארטגעשריטנע לענדער אין דרום־מזרח אזיע, אין דעם געביט פון עקאנאמישער און אינדוסטריעלער אנטוויקלונג, און פון די מערסט פארטגעשריטנע אויפן וועלט. אום 10טן מאי 2010 האט די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג פארבעטן ישראל צו ווערן א מיטגליד, אינאיינעם מיט עסטלאנד און סלאוועניע.
ישראל האט ווייניג נאטירלעכע רעסורסן, וואס ווערן אבער געניצט אין זיין אינדוסטריע. מען גראבט אויס בראם, קאליום, שוועבל און פאספאט, און אויך נאטירלעכע גאז וואס מ'האט אנטפלעקט אין גרויסע קוואנטיטעטן אין 2009 קעגן די בארטנס פון חיפה און חדרה, זייט ווען איז ישראל א פראדוצירער פון נאטירלעכע גאז.
צוליב די ווייניגע נאטירלעכע רעסורסן, איז א גרויסער פון ישראל'ס עקאנאמיע געבויט אויף מענטשלעכע רעסורסן, ווי למשל היי טעק, מעדיצינישע טעכנאלאגיע און מיליטערישע טעכנאלאגיע, וואס זענען א גרויסער טייל פונעם אינדוסטריעלן עקספארט.
טראנספארט
ישראל האט א גוט אנטוויקלטע טראנספארט סיסטעם. די שאסייען זענען גוט און פארבינדן די שטעט און שטעטלעך פון לאנד. דער הויפט פובליקער טראנספארט איז בוסן פון אגד און אנדערע פירמעס. ישראל באנען האט א באן־סיסטעם וואס פארבינדט די שטעט.
דער גרעסטער פלוגפארט איז בן גורין אינטערנאציאנאלע פלוגפארט. אויך איז דא א קלענערער פליפארט, עבדה, לעבן אילת. אל על און אנדערע לופטליניעס פליען צו די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוב לענדער פון אייראפע און טיילן פון אפריקע און אזיע.
דעמאגראפיע
אין יאר 2006 שטייט די צאל פון די באפעלקערונג ביי 7,026,632 איינוווינער. 76% זענען אידן, און פון זיי 12% זענען פרומע. 20% זענען אראבער מיט דרוזן, און די איבעריקע 4% זענען פון אנדערע פעלקער.
אריינרעכנדיג די מערב בערג און די עזה פאס שטייט די באפעלקערונג פון 51% אידן און 48% פאלעסטינער (אין 2011)
צוליב די קליינע וואוקס ראטע פון דיר אלגעמיינער אידישער באפעלקערונג, און די העכערע וואוקס ראטע פון די פאלעסטינער און די פענאמענאלע וואוקס ראטע פון די חרדישע באפעלקערונג, זענען מער ווי האלב פון די קינדער אין די שולעס אין ישראל (נישט אריינרעכנדיג די מערב ברעג) אדער חרדי'ש אדער אראביש.
די צען גרעסטע שטעט אין ישראל זענען (ריכטיק פאר 2011):[3]
שטאט | באפעלקערונג |
---|---|
ירושלים | 804,355 |
תל אביב -יפו | 404,750 |
חיפה | 270,348 |
ראשון לציון | 232,410 |
אשדוד | 212,278 |
פתח תקווה | 210,376 |
באר שבע | 196,335 |
נתניה | 189,678 |
חולון | 182,575 |
בני ברק | 163,301 |
שפראך
די אפיציעלע שפראכן פון ישראל זענען העברעיש. די עיקר שפראך פונעם לאנד איז העברעיש, וואס די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדן. ישראל איז א לאנד פון אימיגראנטן, און מען הערט פארשידענע שפראכן אויף די גאסן. רוסיש און אמהאריש זענען זייער פארשפרייט צוליב די גרויסע אימיגראציע פון דעם געוועזענם סאוועטן פארבאנד און פון עטיאפיע. מער ווי א מיליאן רוסיש־רעדענדיקע אימיגראנטן זענען אנגעקומען אין ישראל צווישן די יארן 1990 און 2004.
רעליגיע
בילדונג
קולטור
זעט אויך
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מדינת ישראל |
רעפערענצן
- ↑ [בפתחה של שנת 2020 - יותר מ-1.9 מיליון תושבים במדינת ישראל https://www.cbs.gov.il/he/mediarelease/DocLib/2019/413/11_19_413b.pdf]
- ↑ הלכות מלכים ומלחמות פרק י"א הלכה ד
- ↑ באפעלקערונג פון ישראל לויט יישובים, 2011, צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!