רוי:אברהם סוצקעווער

ווערסיע פון 19:31, 25 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "“" ב־""")
אַברהם סוצקעווער אין תּש"י
טעקע:Sutskever Valdiks 1940.jpg
די הילע פונעם לידער באַנד "וואַלדיקס", 1940

אַברהם סוצקעווער (15טן יולי, 1913 - 20סטן יאַנואַר, 2010), איז געװען אַ ייִדישער דיכטער און פּאַרטיזאַן פון דער צװײטער וועלט מלחמה.

ביאָגראַפיע

אַברהם סוצקעווער איז געבוירן געװאָרן דעם 15טן יולי 1913 (י' תמוז תרע"ג) אין סמאָרגאָן, דאן ליטע היינט בעלאַרוס, אַ שטעטל אַרום זיבעציג ק"מ פון װילנע. זיין זיידע פון דער מאַמעס צד איז געווען דער רב שבתי פיינבערג, מחבר פון ספר "אפיקי מגינים" אויפן שלחן־ערוך. אין סעפּטעמבער 1915 האָבן קאָזאַקן פּאָגראָמירט און אונטערגעצונדן סמאָרגאָן. די ייִדן האָט מען פאַרטריבן פון שטאָט. ווי אַנדערע משפּחות, האָבן די סוצקעווערס געפונען אַ מקום־מיקלט אין סיביר, אין דער געגנט פון אָמסק, ביים טייך אירטיש. דאָרטן איז ער צו זיבן יאָר פאַריתומט געוואָרן פון זיין פאָטער.

נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה האָט זיך זיין משפּחה איבערגעקליבן קיין װילנע, דעמאָלט אונטער פּוילישער הערשאַפט, וואוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַ תּלמוד־תּורה און שפּעטער אין אַ פּויליש־שפּראַכיקער ייִדישער גימנאַזיע. צו 14 יאָר אָנגעהויבן שרייבן פּאָעזיע, צו ערשט אויף העברעיִש, שפּעטער אויף ייִדיש. אין 1930 געוואָרן אַ מיטגליד פון דער ייִדישיסטישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע "בין", געגרינדט דורכן לינגוויסט מאַקס וויינרייך. זיין ערשט ליד איז דערשינען אין 1932 אין אַן אויסגאַבע פון דער "בין".

אין 1934 אַריינגעטראָטן אין דער גרופּע פּאָעטן "יונג ווילנע" (שמערקע קאַטשערגינסקי, לייזער וואָלף, סיאָמקע קאַהאַן, חיים גראַדע א"אַ), און אָנגעהויבן זיך דרוקן אָפטער אין פאַרשיידענע ליטעראַרישע צייטשריפטן. כּסדר געלערנט ווי אַן אויטאָדידאַקט און געווען נאָענט צום ייִוואָ. אין 1937 איז אַרויס אין וואַרשע זיין ערשטער פּאָעזיע־באַנד לידער. נאָכן דייטשן אָנפאַל אויף ליטע אין יוני 1941, אין גאַנג פון דער צװײטער וועלט מלחמה, געבליבן פאַרשפּאַרט צוזאַמען מיט זיין פרוי פריידקע אין ווילנער געטאָ. באַטייליקט אין גייסטיקן ווידערשטאַנד : רעטונג פון זעלטענע ספרים און דאָקומענטן, אָרגאַניזאַציע פון אַ קולטור־לעבן אין געטאָ. אַקטיוו אין די רייען פון דער פאראייניגטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע (פ.פּ.אָ.). דעם 12טן סעפּטעמבער 1943 אַנטלאָפן פון געטאָ מיט אַ גרופּע קעמפער און זיך אָנגעשלאָסן אין אַ פּאַרטיזאַנער־אָפּטייל וואָס האָט באַקעמפט די דייטשן אונטער סאָוועטישער קאָמאַנדע אין די נאַראָטשער וועלדער.

אין געטאָ און אין וואַלד האט ער כּסדר געשריבן. זיינע אַ פּאָעמע איז דערגאַנגען ביז מאָסקווע און געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף ייִדיש־רוסישע שרייבער ווי באָריס פּאַסטערנאַק, איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן. רעכענענדיק אַז ער קען צוניץ קומען אין מאָסקווע פאַר דער אַרבעט פון ייִדישן אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט די סאָוועטישע מאַכט געשיקט אַ ספּעציעלן עראָפּלאַן אים אַהינצוברענגען. במשך דער מלחמה האָט סוצקעווער אָנגעשריבן איבער אכציג לידער.

נאָך דער באַפרייונג האט ער פאר א קורצע צייט געוווינט אין מאָסקווע, אין לאָדזש און אין פּאַריז. דעם 12טן פעברואַר 1946 אַרויסגעטראָטן ווי דער ערשטער ייִדישער עדות אויפן נירנבערגער פּראָצעס קעגן די נאַצישע קריגס־פאַרברעכער. אין סעפּטעמבער 1947 זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל. דאָרטן געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פונעם זשורנאַל די גאָלדענע קייט (תּל־אָביב 1949 - 1995) — די העכסטע טריבונע פון דער נאָכמלחמהדיקער ליטעראַטור אויף אידיש.

צווישן 1948 און 1996 זענען אַרויס אין ישׂראל קרוב צו דרייסיג ביכער מיט סוצקעווערס פּאָעזיע און פּאָעטישער פּראָזע. צו זיינע יובילייען — 50 יאָר אין 1963, 70 אין 1983 — זענען דערשינען באַזונדערע בענד מיט קריטישע עסייען וועגן אים. ער האָט באַקומען הויכע ליטעראַרישע אויסצייכענונגען אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער. אַזעלכע שרייבער ווי טשעסלאַוו מילאָש און ערי דע לוקאַ האָבן אים באַגריסט ווי איינעם פון די וויכטיקסטע פּאָעטן פון 20סטן יאָרהונדערט. זיינע װערק זענען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיִש, ענגליש, דייטש, פראַנצייזיש און פאַרשיידענע אַנדערע לשונות.

ער איז ניפטר געוואָרן ד' שבט תּש"ע (דעם 20סטן יאַנואַר 2010) אין תּל־אָביב, אין עלטער פון 96 יאָר.

ביכער

ביבליאָגראַפיע

  • יובל־בוך צום פופציקסטן געבוירן־טאָג פון אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1963)
  • שלמה ביקל. די ברכה פון שיינקייט: עסייען וועגן אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, פאַרלאַג המנורה, 1969)
  • יודל מאַרק. אַברהם סוצקעווערס פּאָעטישער וועג (תּל־אָביב, פאַרלאַג י.ל.פּרץ, 1974)
  • אַברהם נאָווערשטערן. אַברהם סוצקעווער־ביבליאָגראַפיע (תּל־אָביב, פאַרלאַג ישׂראל־בוך, 1976)
  • ייִחוס פון ליד/יחוסו של שיר, לכּבוד אַברהם סוצקעווער (תּל־אָביב, יובל־קאָמיטעט, 1983)
  • אַברהם סוצקעווער במלאת לו שבעים/צום ווערן אַ בן־שבעים (ירושלים, קאַטאַלאָג פון דער אויסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער און אוניווערסיטעט־ביבליאָטעק, נאָוועמבער 1983)
  • די גאָלדענע קייט נומער 136: אַברהם־סוצקעווער־נומער (תּל־אָביב, 1993)

וועבלינקען

מוסטער:ביכער--

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!