רוי:ישיבת המתמידים

ווערסיע פון 19:11, 15 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געוועזן" ב־"געווען")

ישיבת המתמידים (אדער ווי זי הייסט היינט קהל עדת ירושלים) איז א ירושלימער חבורה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א בעלזער חסיד ר' יוסף אייכלער ז"ל און ר' אברהם לייב קליין ז"ל. דערנאך איז איר ראש חבורה געווען רבי לייב מינצבערג ז"ל.


די ישיבה גדולה און דער עיקר אקטיוויטעט געפינט זיך אין ירושלים, "מנחת יצחק" געגנט. אויך האט זי נאך שולן צעשפרייט אין ירושלים, פון זיי די צוויי גרויסע שולן, איינע אין די אונגארישע הייזער און איינע אין די ווארשעווע הייזער. היינטצוטאג האבן זיי אויך שולן אין די דרויסנדיקע שטעטלאך וואוּ די ירושלימער האבן זיך אריבער געצויגן, ווי בית שמש, ביתר עילית אא"וו.

היסטאריע

די חבורה האט זיך אנגעהויבן אומגעפער אין יאר ה'תש"י, ווען זיי האבן אנגעפירט א "ישיבת המתמידים" פאר בחורים (אנדערש ווי דער נארמאלער שטייגער אז א "ישיבת המתמידים" איז געווען בלויז פאר קינדער), אין די "חברה" האבן זיי אנגעפירט צומאלן "נסיעות" צו קברי צדיקים, וואס האט גורם געווען זאל די ישיבה שנעל וואקסן. מיט דער צייט האבן זיי פארענדערשט דאס ציל פון די נסיעות אויך אויף פארוויילונג.

אין די 90קער האבן זיי געטוישט דעם נאמען פון ישיבת המתמידים צו קהל עדת ירושלים צוליב דעם וואס דער נאמען ישיבת המתמידים איז א כלליתדיקער נאמען און עס האט פאַרשווערט די משולחים צאמנעמען געלטע פאר דער ישיבה.

דער קאָנפליקט מיט דער עדה החרדית

אינעם יאר 1995 האבן מתמידים באַקומען אַ שטח פון דער "ציוניסטישער" ירושלימער מוניציפאליטעט אויף צו בויען אַ שול, דאָס האָט צוגעברענקט דעם קאָנפליקט צווישן מתמידים און די עדה החרדית.

זייער אויסקוק ביי די רבנים

ישיבת המתמידים האט א באזונדערע פילאזאפישע וועג מיט ווי זיי באוועגן זיך צו די אידישקייט.

  • זייער גלויבן אין גאט קומטמיט מיט פארשן און אויפווייזן דעם גאט אויף גאר א פשוטן אופן.
  • זיי זענען מסביר די טעמי המצוות זאלן זיין פארשטענדליך און ראציאנאליש.
  • זיי פסלען נישט אפ פילאזאפישע ספרים מורה נבוכים, שער היחוד פון דער חובת הלבבות און אויך ספרים ווי ר' אברהם בן הרמב"ם א.א.וו.
  • דער מנהיג ר' לייב מאכט אפ "מאדנע" אמונות פון איינציקע פרומע קהילות. ווי די חבדצקער חסידים וואס גלויבן אז זייער רבי איז משיח. און ווי דער אמשינאווער רבי וואס מאכט קידוש אין מיטן דער וואך.

אבער מיט דאס אלעס איז דאס זייער א פארמאכטע און אפגעשיידטע קהילה פון דער מאדערנער וועלט.

אקטיוויטעטן

װעבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!