רוי:כעלמנא פארטיליגונג לאגער

ווערסיע פון 19:38, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן)
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערג געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

כעלמנא, איז געווען א פארניכטיקונגס לאגער, אין מערב פוילן, נאנט צו די פוילישע דארף כעלמנא אויף די נער טייך, 60 קילאמעטער צפון מערב פון לאדזש. די ערשטע פון אזעלכע סארט לאגערן, וואס די נאציס האבן אויפגעשטעלט, מיטן ציל אומצוברענגען יידן. צום ערשטן מאל זענען אידן און אנדערע פארפאלגטע פעלקער, אומגעברענגט געווארן דורך גאז, אין ספעציעלע לאסטאויטאס, וואס זענען געשטעלט געווארן פאר דעם ציל. אויך איז עס געווען דער ערשטער ארט, ווי קערפער פון טויטע זענען פארברענט געווארן. די טייוול האט אנגעהויבן אפערירן די לאגער, 8טן דעצעמבער 1941, און האט מיט א קורצע איבעררייס אין 1943, אומגעברענגט מענער פרויען און קינדער ביזן 18 יאנואר 1945.

די לאגער איז אנגעפירט געווארן דורך די איינזעצגרופען, ביז דעמאלט זענען זיי נאכגעלאפן זייערע קרבנות, אין 1941 איז אנגענומען געווארן דעם באשלוס, אז אנשטאט זיי זאלן אומברענגען אידן אין די שטעט, זאלן אידן קומען צו די באשטימטע לאגערן.

עס איז נישט באוויסט דער גענויער צאל פון אומגעקומענע אין די לאגער, עס ווערט געשאצט צווישן 152,000 געהרגטע, און 320,000 געהרגטע מענטשן 98 פראצענט פון זיי אידן. עס איז באוויסט אויף פיר מענטשן, וואס האבן באוויזן צו אנטלויפן, אין "עונג שבת" פון עמנואל רינגלבלום, ווערט כעלמנא דערמאנט דורך אן עד וועלכע האט באוויזן צו אנטלויפן, אבער דער מאן האט ווארשיינליך נישט איבערגעלעבט דעם קריג.

אסאך פון די אידן פון לאדזשער געטא, אזוי אויך פון אנדערע און ווייטע ערטער זענען דארט אומגעברענגט געווארן. ציגיינער וועלכע זענען אויך געהאלטן געווארן אין לאדזשער געטא, זענען דארט אויך פארגאזט געווארן, צוזאמען מיט עטליכע הונדערט פוילישע ארעסטאנטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!