רוי:מוסקל

ווערסיע פון 18:46, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " זיינען" ב־" זענען")
Skeletal muscle.jpg

מוסקל (פון לאטייניש קליינער מויז), זענען די פראטעין בענדער וואס פארעמט געוועב און און ציט זיך צוזאַם און צעשפרייט זיך פון זיך אַליינס.

עס זענען קלאסיציפירט, און סקעלטען, קארדיעק, אדער סמאט מוסקל.

זיין הויפט אויפגאבע איז צו נעמען ענערגיע און דאס מאכן פאר באוועגונג.

די מוסקלען זענען אחראי אויף אלע קערפערליכע באווענונגגען פון שטויסן א באל, שרייבן א בריוו, אויסקוועטשן פארדייטע עסענווארג דורך די געדערעם, ביז מאכן דאס הארץ קלאפן.

  • ער האַלט צוזאַם פעסט דעם מענטש, אין איר געבוי.
  • ער פראדוצירט כוח
  • באוועגן דעם מענטש פון אינדרויסן; צו איז דאָס שפאַצירן זיצן אָדער רורען, גאָרנישט איז פון זיך אַליינס,
  • באוועגן דעם מענטש פון אינעווייניג דורך דאָס האַרץ דער הויפט איבר וואָס האַלט דעם מענטש ביים לעבן פּאָמפּט פון זיך אַליינס דורך מוסקלען, און טרייבט דאס בלוט צירקולאציע. אדער די עסן פארדייאונג סיסטעם וואס ארבעט אויך דורך מוסקלען, אדער רעדן, שרייבן, טאנצן, לויפן א.א.וו.
  • ער מאכט ווארעם דעם מענטש.

רוב מוסקלען ארבעטן אויטאמאטיש אן קיין במכוונדיגע אנשטרענגונג.

דער גרעסטער מוסקל געפינט זיך אונטערן חוט השדרה וואס דאס טרייבט די קריכן, לויפן און שלענגעלן באווענגונג.

דער קלענסטער מוסקל געפינט זיך אין אויער וואס קוקט אויס ווי א דינע פאדעם, זיין ארבייט איז צו רעדוצירן די קול פון הערן אויב דאס איז צו הויך.

מוסקל איז די איינציגסטע געוועב וואס ארבעט דורך זיך צאמציען און צושפרייטן, אלע אנדער מיני געוועב ווי הויט, האר, ביין, קארטילעזש, פארבלייבן די זעלבע גרייס אחוץ אויב זיי וואקסן.

צום ביישפיל: אויפצוהייבן אייער האנט, די בייסעפס אין די פארענט פון אייער אויבערשטער ארעם ציט זיך צוזאמם און ציט ארויף די ביין פון אייער אונטערארעם.

צו אראפנידערן אייער האנט, די טרייסעפס פון אונטער אייער אויבער-ארעם ציעט זיך צוזאם און גראד אויס אייער עלנבויגן, צוגעהאלפן דורך גראוויטאציע.

דאס צוזאמצו טוישט די מאסע פונעם מוסקל, נאר ענדשטער א רעזולטאט פון טוישן אינעווייניג פונעם מוסקל פייבער. וואס איז קלענער פון א האר, און קען זיין ביז איין פוס לאנג אין א גרויסן מוסקל.

אנאטאמיע

יעדער מוסקל פיברע אדער צעל, איז געמאכט פון א קאלעקציע פון קלענערע דינערע פיברעס אדער צעלן אנגערופן מייאופייברילס. דאס באשטייט פון סארקאמערעס אין לאנגע שלענגעלעך, וואס אנהאלט צוויי סארטן פראטעינען, אקטין און מיאסין.

פסיכאלאגיע

ווען דאס באזונדער פאר זיך וואלט קיין איינע פון די צוויי פראטעינען זיך צוזאמגעצויגן, אבער צוזאמען פארעמען זיי אן אקטאמיאסין קאמפלעקס וואס אין די אנוועזנהייט פון עי.טי.פי. וועלן זיך צוזאמציען.

ווען דער מוסקל ווערט סטימולירט (פון עלעקטאראנישע סיגנאלען פון די מוח דורך דער נערוון סיסטעם) די אקטין ציט זיך לענגאויס די מיאסין ווי א שורה פון מענטשן ציען זיך אויף א שטריק.

דאס מאכט די מייאפאבריל קערצער, און איז גורם די מוסקל פיברע צו זיך צאמצוען און דער גאנצער מוסקל ווערט קערצער, ביז צו דריי-פיפטלעך פון איר נארמאלער לענג.

ענערגיע

נאכן באקומען דעם עלעקאטאראנישן סיגנאל אדער אימפולס פון דער נערוון סיסטעם זיך צו רורן, ברויכט זיך דער מוסקל אין ענערגיע דורכפירן די כעמיקאלן רעאקציע פון די צוזאמצו פון דעם עקטין מיטן מיאסין. פון ערגעץ דארף דאך קומען די ענערגיע!

דא קומט אריין די וואונדערליכע כעמיקאליע וואס שטופט די אלע מוסקלען פון די הויז פליגן ביזן מענטשליכער בייסעפ, דאס הייסט אין קורצן עי.טי.פי.. א קליינער סומע פון עי.טי.פי. ליגט אוועקגלייגט אין יעדן מוסקל. די מוסקל צעלן פראדוצירן דאס שטענדיג.

ווען דאס קומט אין בארירונג מיט וואסער, ווערט דאס צוטיילט אין צוויי טיילן, עי.די.פי. און פאספאט. א קליינער שטראם פון ענערגיע ווערט דורך דעם ארויסגעלאזט, און די ענערגיע איז גענוצט אין קאנצערט מיט דער רעאקציע פון די פראטעינען, עקטין און מיאסין, וואס ציט צוזאמן דעם מוסקל.


מענטשליכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימיון-סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - חוש-סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - פארמערן סיסטעם - מוסקלען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!