רוי:בלוט צירקולאציע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די בלוט צירקולאציע איז די סיסטעם וואס בלוט שטראמט ארום דעם קערפער, פאמפירט פונעם הארץ דורך די אדערן און נאך וועגן וויאזוי צוציקומען צו די קלענסטע צעלן פונעם קערפער. אויך מאכט דאס ווארעם דעם קערפער. די לענג פון אלע אדערן אין א מענטש איז אומגעפער 100,000 ק"מ.

די אדערן וואס פירן בלוט פונעם הארץ הייסן ארטעריעס.

די אדערן וואס פירן בלוט צום הארץ הייסן ווענעס.

דאס הארץ איז דער צענטרעפונקט פון צוויי סיסטעמען. די הויפט סיסטעם פירט בלוט מיט זויערשטאף פונעם הארץ ארום דעם קערפער דורך די ארטעריעס. פון די ארטעריעס שטראמט דאס בלוט אין קליינע קאפילאריעס (אדערלעך) דורך א געוויסן טייל פונעם קערפער, און פון דאנעט אריין אין די ווענעס, אנגעלאדן מיט קארבאן דיאקסייד, צוריק צום הארץ.

די צווייטע בלוט צירקולאציע סיסטעם איז די לונגען סיסטעם, וואו דאס בלוט פונעם הארץ (ד"ה פונעם קערפער) ווערט געפירט דורך דער לונג־ארטעריע צו די לונגען. אין די לונגען ווערט דאס בלוט גערייניקט פון קארבאן דיאקסייד און אנגלעאדן מיט זויערשטאף, און שטראמט צוריק צום הארץ דורך דער לונג־ווענע.


דרויסנדע לינקס


מענטשליכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימיון-סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - חוש-סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - פארמערן סיסטעם - מוסקלען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!