רוי:קראפט
(אַריבערגעפירט פון רוי:כוח)
קראפט איז דער אורזאך פון א אביעקט מיט מאסע זיך צו רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן.
מאטעמאטיש ווערט א קראפט באשריבן דורך א וועקטאר.
אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן מעסט מען קראפן אין ניוטאנען (N).
א קראפט וואס ווירקט אויף א קערפער קען ענדערן דעם מצב פונעם קערפער, אדער דערקעגנען אן אנדער קראפט וואס ווירקט אויפן קערפער.
דער צווייג פון פיזיק וואס באשעפטיגט זיך אין דער באוועגונג פון קערפער דורך קראפט איז דינאמיק, און די טעאריע איז באזירט אויף ניוטאנס דריי געזעצן פון באוועגונג, וואס שילדערן די באציאונג צווישן קראפט און באוועגונג:
- ניוטאנס ערשטער געזעץ, דער "געזעץ פון אינערציע", שטעלט פעסט אז אן א קראפט (אדער ווען אלע קראפטן זענען צוזאמען נול), בלייבט א קערפער אין רו אדער מיט דער זעלבער גיכקייט אין דער זעלבער ריכטונג.
- ניוטאנס צווייטער געזעץ שטעלט אוועק אז דער קראפט איז פראפארציאנעל צו דער ענדערונג־ראטע פונעם אימפעט מיט צייט. מאטעמאטיש:.
- טאמער די מאסע ענדערט זיך נישט, קען מען איבערגעבן דעם געזעץ אין דעם פארמאט: די אקצעלעראציע פון א קערפער איז פראפארציאנעל צו דער קראפט וואס ווירקט אויך אים. מאטעמאטיש: .
- ניוטאנס דריטער געזעץ שטעלט פעסט אז קעגן יעדער קראפט ווירקט א קראפט מיט דער זעלבער גרייס אין דער פארקערטער ריכטונג.
סארטן קראפטן
אין פיזיק איז פאראן פיר יסודותדיקע קראפטן:
- גראוויטאציע - יעדער אביעקט וואס האט א מאסע ציט צו זיך אנדערע אביעקטן מיט א מאסע.
- עלעקטראמאגנעטישע קראפט - די קראפט ווירקט אויף טיילעכלעך מיט אן עלעקטרישער לאדונג וואס באוועגן זיך.
- שטארקע נוקלעארע קראפט - וואס האלט צוזאמען די טיילעכלעך אין דעם אטאמישן קערן.
- שוואכע נוקלעארע קראפט - וואס פועלט ביי בעטא צעפאל, א סארט ראדיא־אקטיוויטעט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!