רוי:אייזיק ניוטאן

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ניוטאן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אייזיק ניוטאן
פרעמיעס און פארערונג דער איינס פון קראפט ווערט גערופן א ניוטאן

סער אייזיק ניוטאָן (ענגליש: Isaac Newton;‏ 25סטן דעצעמבער 1642 - 20סטן מערץ 1727)[1] איז געווען אן ענגלישער וויסנשאפטלער, פיזיקער, מאטעמאטיקער, אסטראנאם, אלכעמיסט און פילאזאף, וואס טייל האלטן אים פאר דעם גרעסטן וויסנשאפטלער וואס האט געלעבט.

זיינע אויפטוען אין פיזיק און אין מאטעמאטיק זענען נאך די יסודות צו די ענינים ביז היינטיגע טעג. זיין חיבור "די מאטעמאטישע חשבונות פון דער פילאזאפישער נאטור" לייגט דעם אינהאלט צו קלאסישע מעכאניק און אפטיק, מיט דער ערשטער אויסקלערונג פון גראוויטאציע און די דריי געזעצן פון מעכאניק, וואס זענען געווען דער באזיס פון דעם וויסנשאפטליכן בליק אויפן פיזישן אוניווערס דורכאויס די נעקסטע דריי יארהונדערטער. ניוטאן האט געוויזן אז די באוועגונג פון אביעקטן אויף דער ערד און הימלישע קערפער פאלגן די זעלבע נאטירליכע געזעצן.

ניוטאן האט געהאלטן אז די באוועגונג פון אביעקטן אויף דער ערד און די באוועגונג פון הימלישע קערפער דארפן ארבעטן לויט די זעלבע נאטירליכע געזעצן, און דער מאטעמאטישער מאדעל וואס ער האט געוויזן פאר דער באוועגונג פון הימלישע קערפער האט טאקע צוגעפאסט קעפלער'ס געזעצן און די פארשידענע אבזערוואציעס. ער האט אויסגעחשבונ'ט קעפלער'ס געזעצן פון זיין מאטעמאטישער טעאריע פון גראוויטאציע, און מיט די זעלבע פרינציפן האט ער געגעבן צו פארשטיין די ארביטן פון קאמעטן.

ניוטאן האט געבויט דער ערשטער פראקטיקער שפיגל-טעלעסקאפ אין 1668; אויך האט ער אנטוויקלט א טעאריע פון ליכט באזירט אויף דער באמערקונג אז א פריזמע צעלייגט ווייסע ליכט אין די קאלירן פונעם רעגנבויגן. ניוטאן האט אויך אנטוויקלט קאלקולוס אין ענגלאנד אין דער זעלבער צייט ווי גאטפריד לייבניץ האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אין דייטשלאנד.

ניוטאנ'ס טעאריעס פון ליכט, באוועגונג און גראוויטאציע האבן דאמינירן פיזיק במשך די נעקסטע דריי יארהונדערטער, ביז אלבערט איינשטיין האט זיי מאדיפיצירט מיט זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט.

ביאגראפיע

 ניוטאן אין 1702
ניוטאן אין 1702

אייזיק ניוטאן איז געבוירן געווארן דעם 25סטן דעצעמבער 1642 (וואס איז דעם 4טן יאנואר 1643 אויפן גרעגאריאנישן קאלענדאר), אין וואולסטארפ מאיאנטעק, לינקאנשיר, מזרח ענגלאנד, דריי מאנאטן נאך דעם טויט פון זיין פאטער, א פויער אן אנאלפאבעט. ווען ער איז געווען אלט דריי יאר האט זיין מאמע געהייראט בזיווג שני דעם גלח בארנאבוס סמיט און האט זיך אריבערגעצויגן צו וואוינען מיט אים, לאזנדיג איר זון ביי זיין באבע.

זיין יוגנט איז געווען גוט שווער און ער האט נישט געקענט גרינג האבן פריינט פון זיין עלטער. זיין טרייסט האט ער געפונען אין וויסנשאפט; שפעטער האט ער אמאל דערציילט וויאזוי האט ער געוואונען אין א שפרינג-קאנקורס דורך אויסרעכענען די גיך פון דער ווינט. פון 12 יאר ביז 17 יאר האט ניוטאן געלערנט אין דער קינגס שולע אין גראנטהאם.

ער איז שטארק באוואוסט פאר דערפינדן דעם קאלקולוס. אויך האט ער אנטוויקלט דעם ניוטאן-ראפסאן מעטאד פאר אויסרעכענען נומעריש די ווארצלען פון פונקציעס. אין אקטאבער 1659, האט ניוטאן פארלאזט די שולע און איז צוריק אינעם דארף וואו ער איז געבוירן געווארן, לויטן פארלאנג פון זיין מוטער וואס איז געווארן אן אלמנה פון זיין שטיף־פאטער סמיט, און זי האט אים באשטימט פארוואלטער פונעם פאַרם. ניוטאן איז געווארן שטארק אנטוישט פון דער ארבעט. הענרי סטאקס, דירעקטאר פון דער קינגס שולע, האט איבערגעצייגט זיין מוטער צו שיקן אים צוריק אין דער שולע צו פארענדיקן זיינע שטודיעס. ניוטאן האט דאס טאקע געטון ווען ער איז געווען 18, און האט זיך אויסגעצייכענט איז זיינע שטודיעס.   אין יוני 1661 האט ער אנגעהויבן שטודירן אין טריניטי קאלעדזש פונעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש, רעקאמענדירט דורך זיין פעטער וויליאם אייסקאוו. דארט האט ער געלערנט די פילאזאפיע פון אריסטו און דערצו האט ער שטודירט די מאדערנע פילאזאפן ווי דעקארט און די אסטראנאמער קאפערניק, גאלילעא און טאמאס סטריט. דורך זיין שטודירן איז ער געוואויר געווארן די ארבעט פון קעפלער. ער האט געשריבן אין זיין העפט א רשימה פון שאלות וועגן מעכאנישער פילאזאפיע לויט דער פארשטאנד פון יענע יארן. אין 1665 האט ער פארעפנטליכט און גענעראליזירט דעם בינאם-טעארעם, און האט אנגעהויבן אנטוויקלען די מאטעמאטישע טעאריע וואס איז שפעטער געווארן דער קאלקולוס. אין יענעם יאר, קורץ נאך ווען ער האט געענדיגט זיינע שטודיעס, איז דער אוניווערסיטעט פון קעמברידזש געווארן פארמאכט צוליב דעם אויסברוך פון דער גרויסער מגפה פון לאנדאן אין די יארן 1665 – 1666.

די נעקסטע צוויי יאר האט ניוטאן פארוויילט אין זיין הויז אין וואולסטארפ. ניוטאנ'ס פארשונגען און פריוואטע געדאנקען אין די צוויי יאר האבן אנטוויקלט און קריסטאליזירט זיינע טעאריעס איו פארשידענע געביטן: ער האט אנגעהויבן פארמולירן דעם קאלקולוס, פירן עקספערימענטן אין אפטיק פון וואנעט ער איז ארויסגעקומען מיט זיינע רעוואלוציאנערע ארויסקומען, און צו קלערן וועגן די געזעצן פון באוועגונג און גראוויטאציע. אין 1669 איז ניוטאן באשטימט געווארן צום אמט פון לוקאס-פראפעסאר פון מאטעמאטיק אין קעמברידזש. דעם אמט האט ניוטאן איבערגענומען פון אייזיק בארא וואס האט געוואלט איבערגעבן זיין צייט צו טעאלאגיע.

מיטעלע יארן

בילד פון אייזיק ניוטאן אין יאר 1726

אין זיין מאטעמאטישער ווערק האט ניוטאן בייגעשטייערט שטארק צו יעדן צווייג פון מאטעמאטיק וואס מען האט געפארשט אין זיין צייט. זיין ערשטע ארבער אין קאלקולוס אדער, ווי ער האט עס גערופן, "fluxions", קען מען זען איז זיין מאנוסקריפט De analysi per aequationes numero terminorum infinitas "וועגן אנאליז דורך גלייכונגען מיט אנסופיגע טערמינען" פון אקטאבער 1666.[2] דעם מאנוסקריפט האט אייזיק בארא געשיקט צו דזשאן קאלינס אין יוני 1669 מיט א בריוו וואו ער שרייבט:

מיסטער ניוטאן, א חבר פון אונזער קאלעדזש, זייער יונג... אבער מיט אויסגעצייכענטן גאונות און באהאוונטקייט אין די ענינים.

במשך די יארן האט אנטוויקלט א מחלוקת צווישן ניוטאן און גאטפריד ווילהעלם לייבניץ וועגן דעם פריאריטעט ווער פון זיי איז געווען דער ערשטער צו אנטוויקלען דעם קאלקולוס. רוב מאדערנע היסטאריקער האלטן היינט אז ניוטאן און לייבניץ האבן ביידע אנטפלעקט און אנטוויקלט דעם אינפיניטעזימאלן קאלקולוס יעדער איינער באזונדער. ניוטאן האט אייגנטלעך געפעדערט לייבניץ, אבער ער האט פארעפנטליכט גאר ווייניג פון זיינע אנטוויקלונגען ביז 1693, און א גאנצע אויפקלערונג האט ער נישט געגעבן ביז 1704. שפעטער האט ניוטאן גע'טענה'ט אז ער האט געזוימט מיט פארעפנטליכן זיינע געשריפטן ווייל ער האט מורא געהאט מען וועט אים אויסלאכן. לייבניץ האט אבער ארויסגעגעבן א גאנצע אויפקלערונג פון זיין ארבעט שוין אין 1684.

שפעטערע יארן

אין 1696 האט ער זיך געצויגן קיין לאנדאן ווען מ'האט אים באשטימט צום אמט פון "שומר" פונעם קעניגליכן מינצעריי (Warden of the Royal Mint), וואס ער האט באקומען דורך זיין פאַטראן טשארלס מאנטאגיו, ערשטער ערל פון האליפאקס, דעמאלסט שאצקאנצלער פון בריטאניע. ווען טאמאס ניל, דער פריערדיגער פארוואלטער פונעם מינצעריי (Master of the Royal Mint), איז געשטארבן אין 1699, איז ניוטאן געווארן מסתמא דער בעסט באקאנטער פארוואלטער פון דעם מינצעריי. ניוטאן האט געהאלטן דעם אמט פאר די לעצטע 30 יאר פון זיין לעבן.

ער האט גענומען א חשובן טייל אין דער גרויסער רעפארעם פון די מטבעות אין ענגלאנד און דאס פאראייניגן פון די ענגלישע און סקאטישע סיסטעמען פון מטבעות ווען מ'האט פאראייניגט ענגלאנד מיט סקאטלאנד אין 1704.

פארשונג אין נאטור-וויסנשאפט און פילאזאפיע

אפטיק

אילוסטראציע פון ניוטאנ'ס צעשפרייטונג עקספערימענט

אין 1666, האט ניוטאן אויסגעפירט זיין בארימטן צעשפרייטונג עקספערימענט, וואו ער האט אנטפלעקט דעם ספעקטרום פון קאלירן וואס קומען ארויס פון א פריזמע וואס איז געשטעלט ביים מינימום אפנייג (ענ') ווינקל איז ציגלפארמיג (גראדעקיג) (ד"ה דער סנאפ ליכט וואס קומט ארויס טוט זיך נישט צעצווייגן אדער אריינקערעוון) אויך ווען דער סנאפ ליכט וואס קומט אריין איז קאנוסדיק און לכאורה דארף דאס ליכט ארויסקומען קיילעכדיג. ניוטאן האט פארשטאנען אז אזוי ווי ביים מינימום אפנייג ווערן אלע אריינקומענדיגע שטראלן גענייגט דורכן זעלבן ווינקל - צוליבן לאקאלן מינימום, וואלט דאס ליכט געדארפט ארויסקומען אין א קיילכדיגן סנאפ, און אזוי ווי דער עקספערימענט קומט אויס אנדערש, איז דער איינציגער געהעריגער הסבר אז די פריזמע נייגט די פארשידענע קאלירן דורך פארשידענע ווינקלען. ניוטאן האט אויסגעדרונען פונעם עקספערימענט אז דער קאליר פון ליכט (און קאליר אין אלגעמיין) איז אן אינערליכע אייגנשאפט פון ליכט, נישט אזוי ווי אלע האבן געהאלטן אין יענע צייטן אז די פריזמע שטעלט צו קאלירן צום ווייסן ליכט.

מעכאניק

ניוטאן האט באשריבן די קראפט פון גראוויטאציע, די באגריפן געוויכט, מאסע, אימפעט און ווינקל־אימפעט און זייערע קאנסערווירונג געזעצן.

געזעצן פון באוועגונג

ניוטאן האט געוויזן אז די טעאריע פון אריסטו וועגן באוועגונג איז נישט אויסגעהאלטן. ער האט אוועקגעשטעלט דריי געזעצן, וואס הייסן היינט אויף זיין נאמען:

1 ערשער געזעץ (געזעץ פון אינערציע)
א קערפער וועט בלייבן רוען, אדער וועט גיין ווייטער אין א גראדער ליניע מיט דער זעלבער גיכקייט, ווען קיין קראפט ווירקט נישט אויף אים. דער טענדענץ פון א קערפער צו בלייבן אין דעם זעלבן מצב ווי פריער ווערט גערופן "אינערציע".
2 צווייטער געזעץ (געזעץ פון פארגיכערונג)
דער קראפט וואס ענדערט די גיכקייט פון א קערפער איז פראפארציאנעל צו זיין מאסע און זיין פארגיכערונג.
3 דריטער געזעץ (געזעץ פון אנטקעגנדיקע אקציעס)
ווען איין קערפער שטופט א צווייטן, טוט יעדער איינער ווירקן מיטן זעלבן קראפט אבער אין דער פארקערטער ריכטונג.

אין דער SI סיסטעם ווערט דער איינס פון קראפט גערופן א ניוטאן (N) צו דער ערע פון אייזיק ניוטאן. איין ניוטאן איז די קראפט וואס מען דארף אנווענדן אויף א קערפער מיט א מאסע פון איין קילאגראם צו געבן אים א פארגיכערונג פון איין מעטער א סעקונדע א סעקונדע.

אייזיק ניוטאן, פרינקיפיא מאטעמאטיקא (שער בלאט)

מאטעמאטיק

רעפערענצן

  1. לויטן יוליאנישן קאלענדאר וואס מ'האט דעמאלסט גענוצט אין ענגלאנד
  2. די מאטעמאטישע געשריפטן פון אייזיק ניוטאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!