רוי:ארבע פרשיות
די ארבע פרשיות זענען די פיר ספעציעלע פרשיות וואס מען ליינט אין דער תורה נאך דער וואכנדיגער סדרה אין די שבתים, פון דעם שבת ווען מען בענטשט חודש אדר ביז דעם שבת ווען בענטשט חודש ניסן. למשל, דעם שבת פאר פורים ליינט מען פרשת זכור, וואס האט א שייכות מיט פורים.
פרשת שקלים
- ווען? - אז ראש חודש אדר געפאלט אין א וואכן טאג, טוט מען דעם שבת פאר ראש חודש אדר ארויסנעמן צוויי ספרי תורות צום ליינען, אין דער ערשטער ספר תורה ליינט מען די סדרה פון די וואך, און אין דער צווייטער ספר תורה ליינט מען פרשת שקלים. אויב אבער ראש חודש אדר געפאלט אום שבת נעמט מען ארויס דריי ספרי תורות צום ליינען, אין דער ערשטער ספר תורה ליינט מען די סדרה פון די וואך, אין דער צווייטער ספר תורה ליינט מען די פרשה פון מוסף ראש חודש, און אין דער דריטער ספר תורה ליינט מען פרשת שקלים. (אין אן עיבור יאר רעכענט מען אדר שני)
- וואס? - דער אנהייב פון פרשת "כי תשא" (ספר שמות ל, יא-טז), וויבאלד אין די צייט פון בית המקדש האט יעדער ייד געדארפט ברענגען א האלבן שקל פאר דעם צוועק פון איינקויפן די קרבנות פון ציבור, און פון ערשטען טאג פון חודש אדר האט בית דין געדארפט אויסעריפן מ'זאל געדענקן צו ברענגען דעם האלבן שקל, האט דאס ליינען די פרשה געדינט אלס א מיטל אויף דאס צו לאזן וויסן. היינט, כאטש מיר האבן נישט קיין בית המקדש ליינן מיר פארט די פרשה אלס אנדענק פון דעם בית המקדש (זכר למקדש).
- הפטורה - "ויכרות יהוידע" (מ"ב יא); די אשכנזים הייבן אן פסוק ט"ו "בן שבע שנים". די הפטורה איז עוסק אין די נדבות וואס מ'האט געגעבן צו בדק הבית אינעם בית המקדש.
פרשת זכור
פון תורת כהנים [1] ווייזט אויס אז ליינען פרשת זכור איז א מצוה פון דער תורה, און אויך דאס צו ליינען פון א ספר תורה פאר צען מענטשן, איז א מצוה פון דער תורה.[2]
- ווען? - שבת פאר פורים נעמט מען ארויס צוויי ספרי תורות צום ליינען, אין דער ערשטער ספר תורה ליינט מען די סדרה פון די וואך, און אין דער צווייטער ספר תורה ליינט מען פרשת זכור.
פרשת פרה
- ווען? - שבת פאר פרשת החודש נעמט מען ארויס צוויי ספרי תורות צום ליינען, אין דער ערשטער ספר תורה ליינט מען די סדרה פון די וואך, און אין דער צווייטער ספר תורה ליינט מען פרשת פרה.
פרשת החודש
- ווען? - אז ראש חודש ניסן געפאלט אין א וואכן טאג, טוט מען דעם שבת פאר ראש חודש ניסן ארויסנעמן צוויי ספרי תורות צום ליינען, אין דער ערשטער ספר תורה ליינט מען די סדרה פון דער וואך, און אין דער צווייטער ספר תורה ליינט מען פרשת החודש. אויב אבער ראש חודש ניסן געפאלט אום שבת נעמט מען ארויס דריי ספרי תורות צום ליינען, אין דער ערשטער ספר תורה ליינט מען די סדרה פון די וואך, אין דער צווייטער ספר תורה ליינט מען די פרשה פון מוסף ראש חודש, און אין דער דריטער ספר תורה ליינט מען פרשת החודש.
- וואס? - די פרשה וואס הייבט זיך אָן "החדש הזה לכם" (ספר שמות יב, א-כ), וויבאלד אין די פרשה שטייט די מצוה פון קרבן פסח אין אירע דינים.[3]
- הפטורה - ביי די ספרדים איז דער מנהג אנצוהייבן פון ספר יחזקאל קאפיטל מ"ה פסוק י"ח - "כה אמר וגו' בראשון באחד לחדש", ביז קאפיטל מ"ו פסוק ט"ו - "בבקר עולת תמיד". ביי די אשכנזים איז דער מנהג אנצוהייבן פון קאפיטל מ"ה פסוק ט"ז - "כל העם הארץ", ביז קאפיטל מ"ו פסוק י"ח - "לא יפצו עמי איש מאחזתו". אויך ווען פרשת החודש געפאלט שבת ראש חודש שטיפט די הפטורה פון פרשת החודש אוועק די הפטורה פון שבת ראש חודש.