מאראק שאגאל
מאַרק שאַגאַל: "איך און דאָס דארף" (1911)

מאַרק זאַכאַראָוויטש שאַגאַל (רוסיש: Марк Захарович Шагал; פראַנצױזיש: Marc Chagall; בעלארוסיש: Марк Захаравіч Шагал7טן יולי 1887, וויטעבסק ,רוסלענדישע אימפּעריע - 28סטן מערץ 1985) איז געווען א יידישער־רוסישער מאלער.

מארק איז געבוירן דעם 7טן יולי 1887 אין וויטעבסק, רוסלענדישע אימפעריע, (איצט אין װײַסרוסלאַנד), א שטאט מיט 50% יידישע איינוואוינער, אַלס משה שאַגאַל (אין די רוסישע דאָקומענטן: מאָװשאַ כאַצקעלעװ שאַגאַל, צו זיין פאטער חַצקל און זיין מוטער פייגא איטא. שאַגאַל איז אַ ביסל רוסיפיצירטער נוסח פונעם פאַמיליע-נאָמען סעגאַל סג"ל, װאָס האָט זיך באַװיזן אין דער אָרטיקער אידישער הברה).

אין 1915 האט ער חתונה געהאט מיט בעלא ראזנפעלד פון וויטעבסק. זיי האבן געהאט איין קינד, א טאכטער אידא.

מאַרק שאַגאַל איז געװען אַ רוסישער און פראַנצױזישער מאָלער און גראַפיקער פון ייִדישן אָפּשטאַם, אײנער פון די סאַמע פּראָמינענטע קינסטלערס פונעם 20סטן יאָרהונדערט. ער האָט אָנגעהויבן צו שטודירן מאָלערײַ אין 1906 אונטער דעם מאָלער יהודה פען.

ער איז נפטר געװאָרן דעם 28סטן מערץ 1985 אין סען-פּאָל-דע-װאַנס, פראַנקרײַך.

זעט אויך

וועבלינקען

דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!