רוי:יהודה פען

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יודל (יהודה) פּען (ענגליש: Yehuda Pen; רוסיש: Юрий Моисеевич Пэн) ‏ (5טן יוני 1854 - 28סטן פעברואר 1937) איז געווען א אַ רוסישער און ווייסרוסישער מאָלער פון ייִדישן אָפּשטאַם, און דער מאָלעריי-לערער פון מארק שאגאל. ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פון ווייסרוסלאַנד.

ביאגראפיע

פען איז געבוירן דעם 5טן יוני 1854 צו אן ארעמער יידישער פאמיליע אין ניי-אַלעקסאַנדער, קאָוונער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (יעצט זאַראַסיי אין דער ליטווישער רעפּובליק). שפעטער האט ער געוואוינט אין דענענבורג (היינט לעטלאנד). ער האט שטודירט קונסט אין דער פעטערבורגער קונסט אקאדעמיע.

ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פון ווייסרוסלאַנד אין אָנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט. אין 1897 האָט ער געגרינדעט אין וויטעבסק אַ פּריוואַטע שולע פון צייכענען און מאָלעריי. עס האָבן זיך ביי אים געלערנט מאַרק שאַגאַל, אָסיפּ צאַדקין, על ליסיצקי און נאָך אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער.

פען איז געשטאָרבן דעם 28סטן פעברואַר 1937 אין וויטעבסק, (ווייסרוסלאַנד).

גאַלעריע

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!