רוי:ראזא לוקסעמבורג

ווערסיע פון 01:05, 1 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פילאסאפיע" ב־"פילאזאפיע")
ראזא לוקסעמבורג
געבורט זאַמאשטש, לובלינער גובערניע, קאנגרעס פוילן, רוסלענדישע אימפעריע

ראָזאַ לוקסעמבורג (פּויליש: Róża Luksemburg; אויך Rozalia Luxenburg ראָזאַליאַ ; ‏5טן מערץ, 1870 אדער 1871 - 15טן יאנואר, 1919) איז געווען אַ אידיש־פּוילישע מאַרקסיסט, פילאסאף, עקאנאמיקערין, רעוואלוציאנערישע סאציאַליסט און פעמיניסטישע דענקער, וואס איז געווארן א נאַטוראַליזירטע דייטשע בירגערין ביים עלטער פון 28. זי האט אָרגאַניזירט אַ סאָציאַליסטישע אויפשטאַנד אין דײַטשלאנד, נאָכן דורכפאַל פון דעם אויפשטאַנד איז זי דערהרגעט געוואָרן דורך די פרײקאָר – אַ װײַט־רעכטע מיליציע.

זי איז געווען א מיטגליד אין דער סאציאַל־דעמאקראַטישער פאַרטיי פון דייטשלאַנד (SPD). נאָכדעם וואָס די SPD האט געשטיצט דייטשע באַטייליקונג אין דער ערשטער וועלט-מלחמה אין 1915, האבן לוקסעמבורג און קאַרל ליבקנעכט געגרינדעט די ספאַרטאַקוס ליגע (Spartakusbund ספאַרטאַקאַסבונד) וואָס איז סוף־כל־סוף געווארן די קאמוניסטישע פאַרטיי פון דייטשלאנד (KPD).

לעבנסגעשיכטע

ראָזאַ לוקסעמבורג איז געבאָרן געוואָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש אין פּוילן, צו אַ אידישער אויפגעקלערטער משפחה. איר מוטער, לינע לעוונשטיין, איז געווען אַ פרומע אידענע, און זי פלעגט לייענען פיל רעליגיעזע ספרים פון וועלכע זי האָט געשעפּט חכמה קוואַלן. איר פאָטער אליהו לוקסעמבורג, האָט געהאַנדלט מיט האָלץ. אין שטוב האָט מען גערעדט דײַטש און פּויליש, און אַלס קינד האָט זי אויך זיך געלערנט רוסיש. אין דער היים האָט מען געלייענט שיינע ליטעראַטור, און מ'פלעגט פאַרפירן שמועסן וועגן אַקטועלע וועלט ענינים.

די משפחה האָט זיך אַריבערגעצויגן אין וואַרשע, און ווען זי איז אַלט געווען פינף יאָר איז זי קראַנק געוואָרן אין אירע דיכן, צוליב דעם האָט זי געדאַרפט ליגן אין בעט אַ לענגערע צײַט, און איר גאַנצן לעבן האָט זי שווער געהינקעט. אין די יאָרן 1880-1887 האָט זי געלערנט אין דער וואַרשעווער גימנאַזיע, און זי האָט זיך אויסגעצייכנט אין אירע לימודים. זי האָט זיך געהעריק אויסגעלערנט פיר שפּראַכן, און אין אַ יונגער עלטער האָט זי ליב געקראָגן די גערעדטע און געשריבענע שפּראַך. אין די יאָרן איז זי געוואָרן אַקטיוו אין פּוילישע לינקע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען. מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1889 איז זי אַנטלאָפן אין דער שווייץ, אויסמײַדנדיק דערמיט אַרעסט. דאָרט האָט זי שטודירט פילאָזאָפיע, היסטאָריע, פּאָליטיק, עקאָנאָמיק און מאַטעמאַטיק אינעם ציריכער אוניווערסיטעט. אין 1897 האָט זי געשריבן איר דאָקטאָראַט אין פּאָליטישער וויסנשאַפט וועגן דער טעמע „די אינדוסטריעלע אַנטוויקלונג פון פּוילן”.

אין ציריך האָט זי באַגעגנט דעם רעוואָלוציאָנער לעאָן יאָגיכעס, און צווישן זיי האָט גענומען בליען פּערזענליכע ווי אויך אינטעלעקטועלע באַציאונגען, וואָס האָט שטאַרק באַווירקט איר לעבן. די ביידע האָבן זיך קעגנגעשטעלט דעם נאַציאָנאַליזם פון דעם פּוילישן סאָציאַליסטישן פּאַרטיי (דער PPS). אין 1893 האָבן זיי געגרינדעט די צײַטונג „דער ציל פון די אַרבעטער”. אין דער צײַטונג האָט זי אויסגעזאָגט איר מיינונג וועגן דער פּוילישער רעוואָלוציע, און האָט באַהויפּטעט אַז זי איז נאָר מעגליך אויב עס וועט פאָרקומען ענליכע רעוואָלוציעס אין די שכנותדיקע מדינות – דײַטשלאַנד, עסטרײַך און רוסלאַנד, און אַז דער קאַמף קעגן קאַפּיטאַליזם איז וויכטיקער פאַר דעם קאַמף פאַר דעם פּוילישן קאַמף פאַר אומאָפּהענגיקײַט. להיפוך פון לענינען, האָט זי ניט געהאַלטן פון דעם רעכט פון פעלקער צו זעלבסטבאַשלוס.

זי האט אײַנגעפירט אַסאַך נײַע קאָמוניסטישע געדאַנקען וואָס באַאײַנפלוסן קאָמוניזם ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט געשטיצט די רוסישע רעוואָלוציע פון לענין און טראָצקי, אָבער זי האָט געהאַלטן אז זיי זײַנען געווען אומדעמאָקראַטיש אַנשטאָט צו אײַנשטעלן אַ דעמאָקראַטישן פאָלק. זי האָט געשטיצט די פרײַהײַט פון פאַרזאַמלונג, פרײַהײַט פון דער פּרעסע, פרײַהײַט פון וואָרט און די אָפּשאַפונג פונעם טויטשטראָף. אין 1913 האָט זי פאַרעפנטליכט אַ װערק „די אָנקלײַבונג פון קאַפּיטאַל” וואו זי האָט געטענה'ט אַז קאַפּיטאַל אָנקלײַבונג ברענגט צו אימפּעריאַליזם.

זי האט אָנגעפירט אַ סאָציאַליסטישע מהפכה אין דײַטשלאַנד, און נאָך איר דורכפאַל האָט די װײַט־רעכטע מיליציע „פרײַקאָרפּס” זי דערהרגעט.


מוסטער:ביא-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!