רוי:רבי אלישע האלבערשטאם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלישע האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"כ - ט"ו ניסן ה'תש"א) איז געווען רב אין גארליץ.

אפשטאם

רבי אלישע איז געבוירן אין יאר כת"ר, צו זיין פאטער הרב רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

זיינע רבי'ס

רבי אלישע האט געלערנט ביי זיין שווער רבי מרדכי דוב, דער הארנסטייפלער רב, פופצן יאר, ער האט באקומעו סמיכה ב' קדושים אין יאר ה'תרנ"ה פון הרב חיים איסר הורוויץ רב אין וויטקאוו, י"ט חשון ה'תרנ"ו פון הרב נפתלי צבי גאלדבערג ראב"ד אין טארנא, ב' חוקת אין יאר ה'תרנ"ט פון הרב נתן גאלדבערג רב אין לימאנאוו, און י"ד חשון ה'תרס"ד פון הרב רבי שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל.

רבנות

איו יאר ה'תרס"א איז רבי אלישע געווען רב אין קראס-קראסנא; אין יאר ה'תרס"ה איז ער געווארן ראב"ד איו גארליץ, נאך זיין ברודער'ס פטירה אין יאר ה'תרע"ח איז ער געווארן רב.

ווען די צווייטער וועלט מלחמה איז אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין סאמבאר. פון דארטן האט מען אים אריבערגעפירט אין סיביר.

הסתלקות

רבי אלישע איז נפטר געווארן אין סיביר רוסלאנד פסח ביים סדר אנווייזנדיג אין דער הגדה אויף "ויהי בחצי הלילה", ט"ו ניסן ה'תש"א.

זיין רביצין מרת יוכבד רבקה איז אויך נפטר געווארן דארט י"ט תשרי ה'תש"א.

פאמיליע

רבי אלישע האט געהייראט מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון זיין פעטער רבי מרדכי דוב טווערסקי, דער הארניסטייפלער רב. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור (ירושלים, תשנ"ח)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!