רוי:רבי אברהם גענאכאווסקי
הרב אברהם גענאַכאווסקי (א' תשרי תרצ"ז, 17טן סעפטעמבער 1936 - כ"ה תשרי תשע"ג, 11טן אקטאבער 2012) איז געווען איינער פון די ראשי ישיבות פון דער טשעבינער ישיבה אין ירושלים 45 יאר.
לעבנסגעשיכטע
הרב אברהם איז געבוירן אין ארץ ישראל, צו זיין פאטער אליהו משה גענאַכאווסקי און זיי מוטער ד"ר גיטא. אין זיין יוגנט האט זיך זיין משפחה געצויגן צו וואוינען אין גבעת רוקח, נאנט צום הויז פונעם חזון איש, צו וועמען איז זי געווארן מקורב. ער האט געלערנט אין דער ישיבת אור ישראל אין פתח תקוה און ער איז געווען א תלמיד פון של הרב יוסף ראזאווסקי. שפעטער האט ער געלערנט אין דער פאניוועזשער ישיבה או דערנאך אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, וואו ער איז געווארן א תלמיד פון הרב יחזקאל אברמסקי.
אין די 60ער יארן האט ער געהייראט אסתר הדסה, די טאכטער פון הרב רפאל יונה בערנפעלד, אן אייניקל פונעם חתם סופר. רפאל יונה'ס מוטער, שרל, האט געהייראט בזיווג שני רב רבי דוב בעריש וויידנפעלד, דער טשעבינער רב. נאך זיין חתונה איז ער געווארן נאנט מיטן טשעבינער רב, זיין ווייב'ס שטיף־זיידע, ווי אויך צו אנדערע גדולי תורה, צווישן זיי דער "סטייפלער", הרב רבי יעקב ישראל קאניעווסקי. ער האט באקומען היתר הוראה דורך רב וויידנפעלד און הרב רבי יוסף שלום אלישיב. עטליכע יאר האט ער געלערנט אינעם כולל פון דער סלאבאדקער ישיבה, און א שטיק צייט איז ער געווען א ר"מ אין ישיבת חמד וואס איז געווען געפירט פון רב פונעם מושב, הרב שלמה נח קרול.
אלול תשכ"ז (1967), צוויי יאר נאף דער פטירה פונעם טשעבינער רב, האט מען אים באשטימט (לויט זיין צוואה) צו ווערן א ראש ישיבה אין דער טשעבינער ישיבה אין ירושלים וואו ער האט אויפגעשטעלט אסאך תלמידים. אלע יארן האט ער געוואוינט אין בני ברק, נאר א גאנצע וואך פלעג ער בלייבן אין ירושלים, קערן צוריק צו זיין שטוב אויף שבת.
זיינע ספרים
- חדר הורתי - אויף מסכת הוריות. ארויסגעגבען צום אנדענק פון זיין מוטער.
- בני ראם – שיעורים ודרשות וואס ער האט געזאגט פרייטאג צונאכט אין פארשידענע שולן, ארויסגעגעבן דורך זיינע תלמידים.
- בר אלמוגים – בהלכות תפילה וברכות, בני ברק תשע"ג.
- ביאור על שב שמעתתא, תשע"ח.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!