דרעפט:רש"י

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלמה ברבי יצחק, רש"י (געבוירן לויט טייל מיינונגען 1040 אין טרוא, טרויש אין פראנקרייך – נפטר געוואָרן כ"ה תמוז תתס"ה 1105), דער באַרימטסטער יידישער מפרש פון חומש און אַנדערע ספרים פון תנ"ך און פון דער גמרא, באַקאַנט מיטן נאָמען רש"י (רבנו שלמה יצחקי). ועגן יאָר ווען רש"י איז געבוירן געוואָרן זענען פאַראַן חלוקי דעות, טייל מיינען, אַז פריער פון 1040.

רש"יס פאָטער רבי יצחק איז געווען אַ למדן, און רש"י ברענגט פון זיין נאָמען אַ פּירוש אין עבודה זרה ע"ה.

דער הויפּט־רבי פון רש"י איז געווען רבי יעקב בר יקר, אָבער ער האָט אויך געלערנט אין אַנדערע ישיבות פון לאטארינגען (חכמי לותיר), וואו ער האָט צונויפגעזאַמלט פאַרשידענע "קונטרסים", אין וועלכע די ישיבה־בחורים האָבן געהאַַט פאַרשריבן פאַרשידענע טייטשן פון דער גמרא. רש"י דערציילט אין ספר הפּדרס, ווי ער האָט געלערנט תורה ניט האָבנדיק קיין ברויט צו עסן.

נאַכער האָט רש"י זיך באַזעצט אין זיין שטאָט טרואַ און באַלד איז ער באַרימט געוואָרן אַלס מפרש פון דער גמרא און עס האָבן אָנגעהויבן שטראמען צו אים פיל תלמידים.

רש"י האָט זיך באַמיט נאָכצוקאָנטראלירן די אַלע פּשטים פון די קונטרסים און ער אַליין האָט אויסגעקליבן די בעסטע פון זיי און האָט אויך צוגעגעבן זיינע אייגענע פּשטים, און זיי אַלע רעדאַגירט און אויפגעשריבן אין אַ מיייסטערהאַפטער, קלאָרער קורצער שפּראַך, און אַזוי אַרום איז אַנשטאַנען דער פּירוש רש"י אויף גמרא, וואָס איז געוואָרן דער יסוד פון לערנען גמרא ביז אויף היינטיקן טאָג. צוליב דעם באַנוצן זיך מיט די קונטרסים ווערט גאַנץ אָפט אויך רש"יס פּירוש אָנגערופן דורך די בעלי תוספות "פּירוש הקונטרס".

רש"י האָט אויך געשריבן אַ פּירוש אויף חומש, וואָס ווערט ביז היינט געלערנט דורך יונג און אַלט, חומש מיט רש"י; ער האָט אויך געשריבן פּירושים אויף טייל אַנדערע ספרים פון תנ"ך. פון רש"י זענען אויך פאַראַן דער "ספר הפּרדס", אויף דינים און תשובות, "ספר האורה", "סידור", שאלות ותשובות, סליחות און וואַרשיינלעך שטאַמט אויך אַ גרויסער טייל פון "מחזור וויטרי" (פון זיין תלמיד רבי שמחה וויטרי) פון רש"י.

רש"י האָט קיין זין ניט געהאַט, נאָר דריי טעכטער, און פון זיי האָט ער געהאַט באַרימטע אייניקלעך, די ערשטע בעלי תוספות, רבי שמואל בן מאיר (רשב"ם), רבנו יעקב תם און אַנדערע.

די לעצטע יאָרן פון רש"י זענען געווען פאַרוואָלקנט דורך די שרעקלעכע גזרות פון תתנ"ו, קרייץ־פאָרער, נוסעי הצלב, וועלכע האָבן אויסגעשאָכטן פיל יידישע קהלות. די לעגענדע דערציילט, אַז רש"י האָט פאָרגעזאָגט דעם פירער פון די קרייץ-פאָרער גאָרפריד פון בויאָן, אַז ער וועט האָבן אַ מפּלה, אַז ער וועט צוריקומען קיין פראַנקרייך מיט 3 ריטער, און אַז אַזוי איז געשען. אָבער דאָס איז נאָר אַ לעגענדע.

מען דערציילט אויך וועגן רשי"ס מוטער, אַז ווען זי איז געווען שוואנגער מיט רש"י איז זי פאַרבייגעגאנגען אַ שמאָל געסל און אַ פור איז דורכגעפאָרן און איר געדראט צו טויטן, און איר איז געשען אַ נס, אַז די וואַנט פון דער זייט גאַס איז געוואָרן איינגעבויגן און די מוטער איז דאָרט אַריין. אַ צווייטע לעגענדע דערציילט וועגן רשיי"ס פאָטער, אַז ער האָט געהאָט צו פאַרקויפן אַ בריליאנט און ווען גלחים האָבן אים געוואָלט קויפן פאַר אַ צלם, האָט ער דעם בריליאנט אַריינגעוואָרפן אין טייך, און דערפאר האָט ער זוכה געווען צו אַזאַ זון.

רש"יס פּירוש איז געוואָרן אַזוי אָנגענומען בכל תפוצות ישראל, אַז מען האָט רש"ין גערופן "פּרשנדתא" (דער פּרשן פון דת), און זיין פּירוש אויף חומש איז וואַרשייינלעך געווען דאָס ערשטע העברעאישע ספר וואָס איז געוואָרן געדרוקט (אין יאָר 1475, רל"ה).

רש"י באַנוצט אין זיין פּירוש געוויסע ספרים פון דקדוק, זעצט איבער פיל ווערטער אין אַלט־פראַנצויזיש און טיילמאָל אין דייטש, וואָס הייסט ביי אים "בלעז". וועגן דעם איז פאַראַן דאָס בוך פון דארמשטעטער, וועלכער האָט אויפן גרונט פון רש"יס פראנצויזישע וערטער געפאָרשט די אַנטוויקלונג פון פראַנצויזיש. פון פיל ערטער איז צו זען, אַז רש"י איז אויך געווען באַקאַנט מיט מעדיצין.

ווי ווייט רש"י איז געווען אָנגענומען קאָן מען זען דערפון, וואָס מע רופט אים "רש"י הקדוש", און פיל פּירושים זענען געשריבן געוואָרן אויף דעם פּירוש רש"י אויף חומש ("מזרחי", "שפתי חכמים" און אַנדערע).

עס זענען פאַראַן טייל פּירושים וועלכע מען שרייבט צו צו רש"י, אָבער באמת שטאַמען זיי ניט פון רש"י.

רבי ישעיה הורוויץ אין של"ה שרייבט, אַז רש"י האָט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דאַרף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן וואָרט זיינס.

וועגן רשיי זענען געשריבן געוואָרן פיל וויסנשאַפטלעכע אָפּהאַנדלונגען. אין העברעאיש איז די בעסטע אַרבעט פון א. מ. ליפשיץ, "רש"י".


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!