דרעפט:רש"י
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי שלמה ברבי יצחק (געבוירן לויט טייל מיינונגען 1040 אין טרוא, טרויש אין פראנקרייך – נפטר געוואָרן כ"ה תמוז תתס"ה 1105), באקאנט מיטן נאמען רש"י (רבנו שלמה יצחקי) איז דער בארימטסטער, גרעסטער, און וויכטיגסטער מפרש פון חומש און אנדערע ספרים פון תנ"ך און פון דער תלמוד בבלי.
ביאגראפיע
רש"י איז געבוירן געווארן אין דער שטאט טראָי, צפון פראנקרייך, אין דעם יאר 1040. וועגן יאר ווען רש"י איז געבוירן געווארן זענען פארהאן חלוקי דעות, טייל מיינען אז פריער פון 1040. אינעם ניינצנטן יארהונדערט פלעגט מען נאך אין טראי ווייזן פלייש יאטקעס וועלכע האבן זיך געפונען נעבן רש"י'ס וואוינונג, און אין וועלכע מען זאל קיינמאל האבן געזען א פליג. רש"י שטאמט פון א גאר יחוס'דיגער משפּחה. זיין פאטער ר' יצחק איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, און רש"י ברענגט פון זיין נאמען א פּירוש מיט כבוד: "לשון אבא מורי, מנוחתו כבוד"[1]. זיין מוטער, זאגט מען, האט אנגעפירט מיט א ישיבה, און אז זי פלעגט לערנען מיט די תלמידים פון הינטער א פאָרהאַנג[אויסקלארונג פארלאנגט].
ווי עס איז געווענליך דער פאל מיט גרויסע פּערזענליכקייטן, אזוי אויך איז די געשיכטע פון רש"י'ס לעבן באצירט מיט לעגענדעס. עס ווערט דערציילט אז זיין פאטער ר' יצחק האט פארמאגט א קאסטבארן בריליאנט, וועלכע גלחים האבן שטארק געגארט עס צו קויפן פאר רעליגיעזע צוועקן, אבער ר' יצחק האט נישט געוואלט זיך שיידן מיט עס. איין מאל האבן זיי אים פארלאָקט אין א שיף אריין, און זיי האבן געפאדערט פון אים ער זאל פארקויפן זיי דעם דימענט. ער האט נישט געטראכט לאנג, און ער האט אריינגעווארפן דעם בריליאנט אין וואסער אריין. א מיסטעריעזע שטימע האט אויסגערופן: "אה, יצחק, דיר וועט געבוירן ווערן א זון וועלכער וועט באלייכטן די אויגן פון אלע אידן".
מען דערציילט אויך וועגן רשי"ס מוטער, אז ווען זי איז געווען שוואנגער מיט רש"י, איז זי געגאנגען אמאל אין א שמאלן געסל פון דער שטאט ווארמס, דייטשלאנד און א וואגן איז דורכגעפארן און איר געדראעט צו טויטן, און איר איז געשען א נס, אַז בשעת זי האט זיך צוגעדריקט צו דער וואנט איז די וואנט געווארן אריינגעדרוקט און זי איז דארט אריין און געווארן באשיצט. היסטאריש, אגב, ווייסן מיר בלויז אז רש"י האט געלערנט אין ווארמס.
זיין פעטער רבי שמשון הזקן, זיין מוטער'ס ברודער, איז געווען א בארימטער תלמוד'יסט. זיין שוועסטער חיליט איז געווען א מלומדת. רש"י'ס ערשטע רביים זענען געווען זיין פאטער און זיין פעטער.
דער הויפּט־רבי פון רש"י איז געווען רבי יעקב בר יקר, אבער ער האָט אויך געלערנט אין אַנדערע ישיבות פון לאטארינגען (חכמי לותיר), וואו ער האט צונויפגעזאמלט פארשידענע "קונטרסים", אין וועלכע די ישיבה־בחורים האבן געהאַט פארשריבן פארשידענע טייטשן פון דער גמרא. רש"י דערציילט אין ספר הפּדרס, ווי ער האט געלערנט תורה נישט האבנדיג קיין ברויט צו עסן.
נאַכער האט רש"י זיך באזעצט אין זיין שטאט טרוא און באלד איז ער בארימט געווארן אלס מפרש פון דער גמרא און עס האבן אנגעהויבן שטראמען צו אים פיל תלמידים.
רש"י האט זיך באמיט נאכצוקאנטראלירן די אלע פּשטים פון די קונטרסים און ער אליין האט אויסגעקליבן די בעסטע פון זיי און האט אויך צוגעגעבן זיינע אייגענע פּשטים, און זיי אלע רעדאגירט און אויפגעשריבן אין א מייסטערהאפטער, קלארער קורצער שפּראך, און אזוי ארום איז אנשטאנען דער פּירוש רש"י אויף גמרא, וואס איז געווארן דער יסוד פון לערנען גמרא ביז אויף היינטיגן טאג. צוליב דעם זיך באנוצן מיט די קונטרסים ווערט גאנץ אפט אויך רש"יס פּירוש אנגערופן דורך די בעלי תוספות "פּירוש הקונטרס".
רש"י האט אויך געשריבן א פּירוש אויף חומש, וואס ווערט ביז היינט געלערנט דורך יונג און אלט, חומש מיט רש"י; ער האט אויך געשריבן פּירושים אויף טייל אנדערע ספרים פון תנ"ך. פון רש"י זענען אויך פארהאן דער "ספר הפּרדס", אויף דינים און תשובות, "ספר האורה", "סידור", שאלות ותשובות, סליחות און ווארשיינליך שטאמט אויך א גרויסער טייל פון "מחזור וויטרי" (פון זיין תלמיד רבי שמחה וויטרי) פון רש"י.
רש"י האט קיין זין נישט געהאט, נאר דריי טעכטער, וועלכע האבן געקענט גוט די רבנ'ישע ליטעראטור. ווען ער איז געווארן קראנק, האט זיינע א טאכטער גע'חתם'עט דברי הלכה און שאלות ותשובות אין זיין נאמען. רש"י שרייבט: "כי תש כוחי, אזלת ידי מלמשוך בשבט סופר, ולכן בתי קראתי", ווען מיין כוח איז געווארן שלאבעריג, און איך האב נישט געקענט האלטן מער א פּען אין מיין האנט, האב איך אריינגערופן מיין טאכטער.
זיין טאכטער מרים האט חתונה געהאט מיט זיין תלמיד ר' יהודה ב"ר נתן, וועלכער איז באקאנט אלס ריב"ן. זיין טאכטער יוכבד האט חתונה געהאט מיט זיין תלמיד ר' מאיר ב"ר שמואל. זיין טאכטער רחל האט חתונה געהאט מיט ר' אלעזר'ן (ר' אפרים?), אבער זיי האבן זיך גע'גט.
פון זיינע טעכטער האט ער געהאט בארימטע אייניקלעך, די ערשטע בעלי תוספות. יוכבד האט געבוירן רבי שמואל ב"ר מאיר בארימט אלס רשב"ם, און ר' יעקב באוויסט אלס "רבינו תם", איינער פון די בארימטסטע בעלי התוספות, וועמענס גרויס און טיף וויסן האט שטארק באאיינפלוסט דאס אידישע לעבן און געזעץ. ר' יוסף ב"ר מאיר, באוויסט אלס ריב"ם, (און ר' שלמה ?). אט אזוי איז רש"י'ס פאמיליע געווארן די פאָרשטייערין פון לומדות אין פראנקרייך.
צו פינף און צוואנציג יאר האט רש"י פארלאזט זיינע רביים מיט וועלכע ער איז געשטאנען שטענדיג אין קאנטאקט, אין די פריינדליכסטע באציאונגען, און ער האט אומגעקערט זיך קיין טראָי. ער איז שוין דענצמאל געווען באקאנט אין דער לומד'ישער וועלט. זיין אומקערן זיך קיין טראָי האט סיגנאלירט דעם אויפקום פון א נייער עפּאכע אין דער לומד'ישער וועלט. ווייל פון איצט אָן האבן די תלמוד אקאדעמיעס אין פראנקרייך איבער גענומען די אויטאריטעט פון די ישיבות אין די רהיין פּראווינצן.
אין דעם יאָר 1070 האָט רש"י געגרינדעט זיין אייגענע ישיבה, וועלכע האט צוגעצויגן פילע תלמידים. ער האָט אָנגעהאלטן אויך א כסא הרבנות, אבער ער האט אפּגעזאגט שכירות, געהאלט. ער האט געצויגן פּרנסה פון זיין וויין גארטן.
די לעצטע יארן פון רש"י זענען געווען פארוואלקנט דורך די שרעקליכע גזרות פון דעם ערשטן קרייץ צוג פון תתנ"ו–תתנ"ט, אין וועלכן עס זענען אויסגעשאכטן געווארן פיל אידישע קהלות, און פילע פון זיינע אייגענע און פריינט זענען אומגעקומען.
רש"י'ס פּטירה ווי זיין געבורט איז פארוויקלט אין אַ לעגענדע. עס ווערט דערציילט אז גאדפרי פון בואיאָן, דער פירער פונעם ערשטן קרייץ צוג האט גערופן רש"י'ן צו זיך פאר זיין צוג קיין ארץ ישראל ער זאל אים זאגן מיט וואס דער צוג וועט זיך ענדיגן. רש"י האָט אפּגעזאגט צו גיין. דער אויפגערעגטער ריטער איז אוועק צו רש"י'ן אים צו באַשטראָפן. ווען ער איז געקומען אין ישיבה אריין איז זי געווען ליידיג, אבער ער האט געהערט א שטימע. "שלמה וואו ביזטו" האט ער געפרעגט. און דאס קול האָט געענטפערט אים "אָט בין איך", אבער ער האט קיינעם געזען. דער ריטער איז אוועק זייער אין כעס. אויפן וועג האט ער באגעגנט רש"י'ס א תלמיד וועמען ער האט צוגעזאגט נישט צו באשטראפן רש"י'ן אויב ער וועט בלויז זיך באווייזן צו אים. רש"י האט צוגעשטימט. דער ריטער האט געזאגט צו רש"י'ן: "איך ווייס אז דו ביזט א קלוגער מענטש, בעט איך דיך, זאג מיר צי מיין עקספּעדיציע צום הייליגן לאנד וועט זיין ערפאלגרייך, צי נישט". און רש"י האָט געענטפערט אים: "דו וועסט אייננעמען די הייליגע שטאט ירושלים, און דו וועסט הערשן איבער איר דריי טעג, דעם פערטן טאג וועלן די מוסולמענער דיך ארויסטרייבן, און דו וועסט אומקערן זיך אהיים מיט דריי פערד. דערצאָרענט פון דער דאזיגער נבואה, האט דער ריטער אויסגעשריען: "טאמער קער איך זיך צוריק אהיים מיט בלויז איין פערד מער, וועל איך ווארפן דיין קערפּער צו די הינט, און איך וועל אויס הרג'ענען אלע אידן אין פראנקרייך". דער ריטער האט זיך אומגעקערט מיט פיר פערד. ער איז געווען אנטשלאסן דורך צו פירן זיין נדר צו נקמה נעמען. אבער ווען ער איז אריינגעפארן אין דער שטאט טראָי, איז אראפּגעפאלן א פעלז און האט געטויט איינעם פון זיינע ריטערס מיטן פערד. גערירט פון דער דאזיגער געשעעניש, האט ער באשלאסן צו באערן דעם דאזיגן חכם. אבער ער איז געוואָר געווארן אז רש"י איז שוין נפטר געווארן. היסטאריש, אבער, איז אנגענומען אז דער ריטער האט זיך קיינמאל אומגעקערט קיין פראנקרייך, און אז ער איז געשטארבן אין ירושלים אינעם יאר 1100.
רש"י איז דער באַרימטסטער רבי פון אַלע אידן. ער איז דער מייסטער אויסטייטשער פון תנ"כ און תלמוד, אויף וועלכער ער האָט אַוועק געלייגט דעם שטעמפּל פון זיין בריליאַנטענעם מוח.
רש"י איז נפטר געוואָרן ניין און צוואַנציג טעג אין תמוז, אינעם יאָר 1105 אין דער שטאָט טראָי, פראַנקרייך, אינעם עלטער פון פינף און זעכציג יאָר.
פירוש
רש"י האט שטארק מורא געהאט טאמער וועלן דער תנ"ך און דער תלמוד ווערן "פארשלאסענע ספרים" פאר די מאַסן. זייענדיג "דעמאקראטיש", א פאלקס מענטש פון נאטור, איז ער געווען אייפעריג צו באקענען דעם פּשוט'ן איד, "עמך", מיט אונזערע רייכע גייסטיגע אוצרות. ער האט געוואלט אז יעדער איד זאל פארשטיין דעם תנ"ך ווי אונזערע חכמים ז"ל טייטשן אים אויס. האט ער גענומען שרייבן פּירושים אויף תנ"ך און אויף גמרא. און זיין אונטערנעמונג איז אים געלונגען אויסערגעווענליך. ווייל זיינע אויסטייטשונגען און פארטייטשונגען מאכן קלאר דעם תנ"ך און ש"ס פארן פּשוט'ן אידן און פארן תלמיד חכם, פאר יונג און אלט.
רש"י'ס פּירוש איז געוואָרן אַזוי אָנגענומען בכל תפוצות ישראל, אַז מען האָט רש"ין גערופן "פּרשנדתא" (דער פּרשן פון דת). די קאָלאָסאַלע וויכטיגקייט פון רש"י אויף תורה האט געפירט דערצו אז נישט-אידישע געלערנטע אין מיטלאלטער האבן עס איבערזעצט אויף לאטיין. זיין פּירוש אויף חומש איז געדרוקט געווארן צו ערשט אָן דעם חומש, אין רעגיאָ אין יאר 1475, רל"ה. דאס איז דער סאמע ערשט־דאטירטער געדרוקטער לשון-קודש ספר. מיט דעם חומש-טעקסט איז רש"י געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין באָלאָנאַ, אינעם יאר 1582. דער פּירוש איז איבערזעצט אין פילע שפּראכן, אידיש און ענגליש אריינגערעכנט.
אין זיין פּירוש אויף תנ"ך באנוצט רש"י זייער פיל די מדרשים און דעם אגדה'שן טייל פון ש"ס. ער נוצט אויס באזונדערס די שטעלעס וועלכע ענטהאלטן א מאראלישן, אדער אַן עטישן פּונקט. זייענדיג אַן אויסערגעווענליכער מייסטער פון לשון הקודש, און באזיצענדיג אַן אויסערגעווענליכן חוש פאר שפּראך אין אלגעמיין, איז עס אים געלונגען צו ערקלערן קלאר דעם קאמפּליצירסטן, פארוויקלטסטן ענין אין עטליכע קורץ געפאסטע אבער פיל זאגענדיגע ווערטער.
רש"י באנוצט אין זיין פּירוש געוויסע ספרים פון דקדוק, זעצט איבער פיל ווערטער אין אלט־פראנצויזיש און טיילמאל אין דייטש, וואס הייסט ביי אים "בלעז". וועגן דעם איז פאַרהאן דאָס בוך פון דארמשטעטער, וועלכער האט אויפן גרונט פון רש"י'ס פראנצויזישע וערטער געפארשט די אנטוויקלונג פון פראנצויזיש. פון פיל ערטער איז צו זען, אז רש"י איז אויך געווען באקאנט מיט מעדיצין.
ווי ווייט רש"י איז געווען אנגענומען קען מען זען דערפון, וואס מ'רופט אים "רש"י הקדוש". פיל פּירושים, מער ווי הונדערט און פופציג, זענען געשריבן געווארן אויף דעם פּירוש רש"י אויף חומש ("מזרחי", "שפתי חכמים" און אנדערע), און אויף די פירושים זענען פארהאן נאך פירושים, און אויף די נאך, און אזוי ווייטער.
עס זענען פארהאן טייל פּירושים וועלכע מען שרייבט צו צו רש"י, אבער באמת שטאמען זיי נישט פון רש"י. רבי יעקב פון עמדין זאגט אין דער הקדמה צו זיין ספר "לחם שמים" אז רש"י אויף דברי הימים איז נישט רש"י'ס. אמאליגע יארן, ווען געוויסע מחברים האבן געוואלט אז זייערע ווערק זאלן ווערן פּאָפּולער און אויטאָריטעטיוו, פלעגן זיי ארויפשטעלן אויף דעם ספר דעם נאמען פון א בארימטן מחבר. זענען פארהאן פארשידענע פּירושים מיטן נאמען פון רש"י, און זיי זענען נישט פון רש"י, ווי צום ביישפּיל רש"י אויף נדרים, אויף מסכתא אבות, אויף מדרש רבה…
זיין אייניקל, דער בארימטער רבינו תם, האט זיך אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט שרייבן א פּירוש אויף ש"ס ווי רש"י, אבער ער וואלט נישט געקענט שאפן א פּירוש ווי רש"י'ס אויף חומש. רבי ישעיה הורוויץ אין של"ה שרייבט, אז רש"י האט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דארף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן ווארט זיינס.
אין זיין פּירוש אויף תורה דערמאַנט רש"י פאָלגענדע מחברים און ספרים, וועלכע ווערן אָנגעגיבן דאָ אַלפאַבעטיש, לויטן "אלף בית":
אגדת ספר שמואל, אגדת תהלים, בראשית רבי, ר' ברוך בר' אליעזר, בריתא של רבי אליעזר בנו של ר' יוסי הגלילי מל"ב מדות, ברייתא דמלאכת המשכן, ברייתא דמ"ט מדות, דברים רבי, דונש בן לברט, הבבלי (דאָס איז ר' שלמה בן ר' יהודה מרומא), הפּייטן (ר' אלעזר הקליר), ויקרא רבה, רבי יהודה הדרשן מטולושא, ר' יעקב בר מנחם אָדער מנחם בן סרוק, מסורה גדולה, רבי משה הערשן (אויך הירשן), סדר עולם, רבי סעדי', ספרא, ספרי, ספרי של פּנים שני, פּירושי א"ב של רבי מכיר, פּסיקתא גדולה, פּרקי רבי אליעזר, רבי קלונימוס, תוספתא, תורת כהנים (ספרא), תלמוד בעלי, תלמוד ירושלמי, תנחומא, תנ"כ, תרגום אונקלוס, תרגום יונתן אָדער תרגום ירושלמי, תרגום של נביאים, תרגום של הכתובים. פאַראַן כתבי יד אין וועלכע עס ווערן אויך דערמאַנט תלמידים פון רש"י.
און עס איז כדאי צו באַמערקן אַז כאָטש רש"י'ס פּירוש אויף תורה איז דער בעסטער און וויכטיגסטער פון אַלע אַנדערע פּירושים, פונדעסטוועגן, האָט ער אַליין צוגעגעבן אַז ווען ער וואָלט געהאַט צייט, וואָלט ער געמאַכט אַ נייעם פּירוש אויף תנ"כ. דער רשב"מ זאָגט אין זיין פּירוש אויף חומש, אָנהייב סדרה וישב: "וגם רבנו שלמה, אבי אמי, מאיר עיני גולה, שפּירש תורה נביאים וכתובים, נתן לב לפרש פּשוטו של מורא. ואף אני שמואל ב"ר מאיר חתנו זצ"ל נתווכחתי עמו ולפניו, והודה לי שאילו היה לו פּנאי, היה צריך לעשות פּירושים אחרים, לפי הפּשטות המתחדשים בכל יום". און אויך רבינו שלמה, מיין מוטערס פאָטער, וועלכער בעלייכט די אויגן פונעם גלות אי־ דענטום, האָט געמאַכט אַ פּירוש אויף תורה, נביאים און כרובים, לויטן פּראָסטן פּשט. און איך, שמואל, דער זון פון זיין איידעם ר' מאיר זצ"ל, האָב אַרגומענטירט מיט אים, און ער האָט מיר מודה געווען אַז ווען ער וואלט געהאט צייט, וואלט ער בעדאַרפט מאַכן נייע פּירושים…
רש"י אויף ש"ס העלפט דעם תלמיד צו אויף כאַפּן, צו אויף פאַסן די לעגאַלע מע־ טאָדיק, די פּקח'דיגע, שאַרפע דורך דרינגענדיגע ארגומענטן פון די חכמי התלמוד און די קאָמפּליצירטע פּראָבלעמעס פון הלכה, געזעץ. ער טרעט אויס אַ סטעשקע צו אונזערע גייסטיגע אוצרות אויף וועלכע דער דורכשניטליכער איד קען שפּאַנען גרינג און מיט זיכערקייט. רש"י'ס פּירושים זענען אזוי וויכטיג, אַזוי אויטענטיש און אויטאָריטעטיש אַז זיי זענען אומשיידבאר פונעם טעקסט. זיי זענען ווי א טייל פונעם טעקסט. נישט איין מאָל מאכט זיך וואס מען כאפּט א בליק אין רש"י נאך איידער מען האט גוט אריינגעקוקט אינעם טעקסט.
רש"י אויף ש"ס באנוצט די אזוי גערופענע עקספּערימענטאַלע מעטאָדע. אין אויסטייטשן די גמרא באַנוצט ער די אינדוקטיווע און דעדוקטיווע מעטאָדע, טראַנירענדיג דעם תלמיד צו דערגרייכן אונאָפּהענגיג די לייזונג פון א פּראָבלעם. רש"י איז געווען אַ "געבוירענער" פּעדאַגאָג. זיין באנוצן זיך מיט ביישפּילן, אילוסטראַציעס, מעטאַפאָרס באַשטעטיגן זיין פּעדאַגאָגישע פעאיגייט. ער באַנוצט זיך אַפילו מיט צייכנונגען צו אילוסטרירן תלמוד'ישע שטעלעס, ווען ער האט געהאַלטן אז אָן דעם וועט עס זיין שווערער פאר דעם לערנער צו פאַרשטיין. פאר אט דעם דאזיגן צוועק פלעגט ער באַזוכן וואַרשטאַטן און לייענען מעדיצין ביכער. ער איז געווען אַזוי באהאַוונט אין מעדיצין, אַז עס איז פארהאן אפילו א מיינונג אז ער איז געווען אַ דאָקטאָר.
רש"י האט נישט געשריבן זיין פּירוש אויפן תלמוד כסדר, נעמליך אנגעהויבן מיט מסכתא ברכות און געענדיגט מיט מסכתא נדה. אָט ווייסן מיר דאָך צום ביישפּיל אַז זיין פּירוש אויף פּסחים צט, ב און ווייטער און אויף בבא בתרא פון כט, א און ווייטער האט געענדיגט זיין אייניקל דער רשב"ם.
שוין ביי זיין לעב צייט איז דער "פּרשן דתא", רש"י, געוואָרן אַנערקענט אין דער גאַנצער אידישער וועלט אַלס דער מפורש. דער אבן עזרא וועלכער איז געווען אַלט דרייצן יאָר ביי רש"י'ס פּטירה האָט באַזינגען אים:
"כוכב דרך מצרפתה, פּירוש נורא שם לתורה, על כן נקרא פּרשן דתא".
אַ שטערן האָט באַוויזן זיך פון צרפת (פראַנקרייך), אַ פורכטיגן פּירוש האָט ער געמאַכט אויף תורה, דערפאַר ווערט ער אָנגערופן דער באַשיידער, דער ערקלערער פון דער תורה.
ר' בצלאל אשכנזי, דער מחבר פון די "שיטות מקובצות" רופט אָן רש"י'ן אין זיינע תשובות סימן כח : "רביהן ורבן של ישראל…" דער פאָטער און דער רבי פון די אידן וועלכער דעקט אויף אַלץ וואָס איז פאַרבאָרגן, און אָהן אים וואָלט די גמרא געבליבן אַ פער'חתם'עטער, אַ פאַרזיגלטער ספר".
דער "צידה לדרך" זאָגט אין דער הקדמה צו זיין ספר: פאַר רש"י'ן איז ניט געווען אַזאַ וועג ווייזער וועלכער זאָל בעלייכטן די סטעשקעס פון דעם ים התלמוד ווי רש"י'ס קלאָרער און קורץ געפאַסטער פּירוש. און ווען ניט רש"י וואָלט דער דרך פון תלמוד בבלי געווען געוואָרן פאַרגעסן פון די אידן.
ר' משה דאַנון זאָגט: "כל פּירושי צרפתה השלך לאשפּתה, חוץ מפרשן דתא ובן פּורתא".
אלע פּירושים פון פראנקרייך ווארף אריין אין דער טעקע, אויסער דעם פּרשן דתא (רש"י), און דעם פּירוש פון ר' יוסף טוב עלם, רש"י'ס אַן אייניקל.
רש"י האט באשיצט דאס רעכט פון פרויען. ער האט גע'פּסק'ענט אמאל צו שטארק באשטראפן א מאן פאר ברעכן זיין צוזאג צו א פרוי צו חתונה האבן מיט איר ("בריעטש אָף פּראָמיס"). ער האט אויך באשטראפט שטרענג איינעם פאר ארויסטרייבן זיין ווייב אָן א גענוגענדיגער אורזאכע. ער האט ארויסגעוויזן גרויס טאלעראנץ צו זיינע נישט אידישע שכנים, און ער האט געגלויבט יעדן איינעם.
אויסער זיינע בארימטע פּירושים, האָט רש"י געשריבן פאַרשידענע "שאלות ותשובות", לעגאַלע מיינונגען וועגן מיינונגס־פארשידענדיגע פּראבלעמעס אינעם תלמוד'ישן געזעץ. ער איז דער מחבר פון: "ספר הפּרדס", "ספר האורה", ",סדור רש"י", "איסור והיתר", סליחות אויף וועלכע זיינע תלמידים האָבן געשריבן הערות. ער האָט פארפאסט פּיוטים וועלכע איז אינקארפּארירט אין אונזער ליטורגישער ליטעראטור. רש"י איז בארימט אלס "פּרשן דתא", דער אויסטייטשער און פארטייטשער פון דער תורה און פון דעם תלמוד. און ער איז אנערקענט אלס אויטאריטעט אין אידישן געזעץ.
רש"י פארנעמט א ספּעציעלן פּלאץ אין דער אידישער געשיכטע. ער איז איינער פון די בויער פון אידישקייט, און אפשר די באַרימטסטע, פּאָפּולערסטע פּערזענליכקייט ביי אידן. זיין איינגעבוירענע עניוות, פּשטות און פולקאמע צדקות האט אים געמאכט פאר די קרוין פון די אידן שוין אין זיין צייט.
ביבליאגראפיע
וועגן רש"י זענען געשריבן געווארן פיל וויסנשאפטליכע אפּהאנדלונגען. אין העברעאיש איז די בעסטע ארבעט פון א. מ. ליפשיץ, "רש"י".
- יצחק ספיבק, "רש"י: ר' שלמה יצחקי – תקופתו, תולדותיו, פועל חייו והשפעתו לדורות" אין פרויקט בן-יהודה
רעפערענצן
- ↑ רש"י, עבודה זרה עה, א. ער ווערט דערמאנט דארט אין תוספות: "לכך נראה לרש"י בענין אחר שפּירש אביו", אזוי זעט עס אויס פאר רש"י'ן אין אַן אנדער ענין, וועלכן זיין פאטער האט ערקלערט…