שמועס:מגילת אנטיוכוס

פון המכלול

לעצטע תגובה: 5 מערץ פון שווערמער אין די טעמע נעמען
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נעמען

"מְגִילַּת אַנְטִיוֹכוֹס (ווערט אויך גערופן מגילת בני חשמונאי, מגילת בית חשמונאי און מגילת חנוכה)".

די מגילה האט צוויי נעמען: דער היסטארישער נאמען 'מגילת בני חשמונאי', און דער היינט-באקאנטער נאמען 'מגילת אנטיוכוּס' (מיט א מלאפום!). אלעס אנדערש איז דמיונות.

און א דאנק פארן נישט ברענגען דעם נאמען 'מגילה יוונית', וואס כ'מיין אז זעליגמאן בער האט עס פאבריצירט.

הצלחה ספריאל (שמועס) 02:11, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]

פון וואו קומען טאקע אלע די נעמען? (אלע מלקטים ברענגען עס אראפ) שווערמער (שמועס) 03:50, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
יעדער קאפירט פון יעדן, און אזוי פארט א באן... ספריאל (שמועס) 05:08, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איינמאל די באן פארט שוין, איז ווערט צו ברענגען אלע פאפולערע נעמען, כאטש אין א הערה (גוט פאר SEO אויך...). העכסטנס צייכנט מען צו אז דאס זענען נישט ריכטיגע/אריגינעלע נעמען. —תנא קמא 📖 💬 16:33, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
גערעכט, אבער די נעמען זענען בכלל נישט פאפולער. קיינער ווייסט נישט פון זיי צו זאגן - חוץ די ענציקלאפעדיעס. ספריאל (שמועס) 17:23, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
קען מען שרייבן "גרייזיג גערופן דורך טייל" וכדו'. ווי תנא קמא זאגט איז עס וויכטיג פאר ווען מ'וועט גרייזיג זוכן פאר די אומריכטיגע נאמען... עברי אנכי (שמועס) 17:34, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
קיינער רופט עס נישט אזוי, ניטאמאל אלס גרייז. און קיינער וועט נישט זוכן די נעמען, ווייל קיינער ווייסט נישט אז זיי עקזיסטירן בכלל. ספריאל (שמועס) 18:29, 4 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
לגבי מגילת אנטיוכוס, עס ווערט שוין אזוי גערופן אין תוס' רי"ד, אלזא לאו דווקא בלויז היינט-באקאנט. שווערמער (שמועס) 03:00, 5 מערץ 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]