דרעפט:רש"י

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שלמה ברבי יצחק (געבוירן לויט טייל מיינונגען 1040 אין טרוא, טרויש אין פראנקרייך – נפטר געוואָרן כ"ה תמוז תתס"ה 1105), באקאנט מיטן נאמען רש"י (רבנו שלמה יצחקי) איז דער בארימטסטער, גרעסטער, און וויכטיגסטער מפרש פון חומש און אנדערע ספרים פון תנ"ך און פון דער תלמוד בבלי.

ביאגראפיע

רש"י איז געבוירן געווארן אין דער שטאט טראָי, צפון פראנקרייך, אין דעם יאר 1040. וועגן יאר ווען רש"י איז געבוירן געווארן זענען פארהאן חלוקי דעות, טייל מיינען אז פריער פון 1040. אינעם ניינצנטן יארהונדערט פלעגט מען נאך אין טראי ווייזן פלייש יאטקעס וועלכע האבן זיך געפונען נעבן רש"י'ס וואוינונג, און אין וועלכע מען זאל קיינמאל האבן געזען א פליג. רש"י שטאמט פון א גאר יחוס'דיגער משפּחה. זיין פאטער ר' יצחק איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, און רש"י ברענגט פון זיין נאמען א פּירוש מיט כבוד: "לשון אבא מורי, מנוחתו כבוד"[1]. זיין מוטער, זאגט מען, האט אנגעפירט מיט א ישיבה, און אז זי פלעגט לערנען מיט די תלמידים פון הינטער א פאָרהאַנג[אויסקלארונג פארלאנגט].

ווי עס איז געווענליך דער פאל מיט גרויסע פּערזענליכקייטן, אזוי אויך איז די געשיכטע פון רש"י'ס לעבן באצירט מיט לעגענדעס. עס ווערט דערציילט אז זיין פאטער ר' יצחק האט פארמאגט א קאסטבארן דימענט, וועלכע נישט־אידן האבן שטארק געגארט זיך צו ערוועבן פאר רעליגיעזע צוועקן, אבער ר' יצחק האט נישט געוואלט זיך שיידן מיט עס. איין מאל האבן זיי אים פארלאָקט אין א שיף אריין, און זיי האבן געפאדערט פון אים ער זאל פארקויפן זיי דעם דימענט. ער האט נישט געטראכט לאנג, און ער האט אַריינגעווארפן דעם דימענט אין וואסער אריין. א מיסטעריעזע שטימע האט אויסגערופן: "אה, יצחק, דיר וועט געבוירן ווערן א זון וועלכער וועט באלייכטן די אויגן פון אלע אידן".

ווען רש"י'ס מוטער האט געשוואנגערט מיט אים, איז זי געגאנגען אמאל אין די שמאלע גאסן פון דער שטאט ווארמס, דייטשלאנד. צוויי וועגענער זענען אנגעקומען פון ביידע אנטקעגן געזעצטע ריכטונגען, און איר לעבן איז געשטאנען אין געפאר. זי האט זיך צוגעדריקט צו דער וואנט. די וואַנט האט זיך אויסגעהוילט, און האט איר באשיצט. היסטאריש, אגב, ווייסן מיר בלויז אז רש"י האט געלערנט אין ווארמס.

זיין פעטער רבי שמשון הזקן, זיין מוטער'ס ברודער, איז געווען א בארימטער תלמוד'יסט. זיין שוועסטער חיליט איז געווען א מלומדת. רש"י'ס ערשטע רביים זענען געווען זיין פאטער און זיין פעטער.

דער הויפּט־רבי פון רש"י איז געווען רבי יעקב בר יקר, אבער ער האָט אויך געלערנט אין אַנדערע ישיבות פון לאטארינגען (חכמי לותיר), וואו ער האט צונויפגעזאמלט פארשידענע "קונטרסים", אין וועלכע די ישיבה־בחורים האבן געהאַט פארשריבן פארשידענע טייטשן פון דער גמרא. רש"י דערציילט אין ספר הפּדרס, ווי ער האט געלערנט תורה נישט האבנדיג קיין ברויט צו עסן.

נאַכער האט רש"י זיך באזעצט אין זיין שטאט טרוא און באלד איז ער בארימט געווארן אלס מפרש פון דער גמרא און עס האבן אנגעהויבן שטראמען צו אים פיל תלמידים.

רש"י האט זיך באמיט נאכצוקאנטראלירן די אלע פּשטים פון די קונטרסים און ער אליין האט אויסגעקליבן די בעסטע פון זיי און האט אויך צוגעגעבן זיינע אייגענע פּשטים, און זיי אלע רעדאגירט און אויפגעשריבן אין א מייסטערהאפטער, קלארער קורצער שפּראך, און אזוי ארום איז אנשטאנען דער פּירוש רש"י אויף גמרא, וואס איז געווארן דער יסוד פון לערנען גמרא ביז אויף היינטיגן טאג. צוליב דעם זיך באנוצן מיט די קונטרסים ווערט גאנץ אפט אויך רש"יס פּירוש אנגערופן דורך די בעלי תוספות "פּירוש הקונטרס".

רש"י האט אויך געשריבן א פּירוש אויף חומש, וואס ווערט ביז היינט געלערנט דורך יונג און אלט, חומש מיט רש"י; ער האט אויך געשריבן פּירושים אויף טייל אנדערע ספרים פון תנ"ך. פון רש"י זענען אויך פארהאן דער "ספר הפּרדס", אויף דינים און תשובות, "ספר האורה", "סידור", שאלות ותשובות, סליחות און ווארשיינליך שטאמט אויך א גרויסער טייל פון "מחזור וויטרי" (פון זיין תלמיד רבי שמחה וויטרי) פון רש"י.

רש"י האט קיין זין נישט געהאט, נאר דריי טעכטער, וועלכע האבן געקענט גוט די רבנ'ישע ליטעראטור. ווען ער איז געווארן קראנק, האט זיינע א טאכטער גע'חתם'עט דברי הלכה און שאלות ותשובות אין זיין נאמען. רש"י שרייבט: "כי תש כוחי, אזלת ידי מלמשוך בשבט סופר, ולכן בתי קראתי", ווען מיין כוח איז געווארן שלאבעריג, און איך האב נישט געקענט האלטן מער א פּען אין מיין האנט, האב איך אריינגערופן מיין טאכטער.

זיין טאכטער מרים האט חתונה געהאט מיט זיין תלמיד ר' יהודה ב"ר נתן, וועלכער איז באקאנט אלס ריב"ן. זיין טאכטער יוכבד האט חתונה געהאט מיט זיין תלמיד ר' מאיר ב"ר שמואל. זיין טאכטער רחל האט חתונה געהאט מיט ר' אלעזר'ן (ר' אפרים?), אבער זיי האבן זיך גע'גט.

פון זיינע טעכטער האט ער געהאט בארימטע אייניקלעך, די ערשטע בעלי תוספות. יוכבד האט געבוירן רבי שמואל ב"ר מאיר בארימט אלס רשב"ם, און ר' יעקב באוויסט אלס "רבינו תם", איינער פון די בארימטסטע בעלי התוספות, וועמענס גרויס און טיף וויסן האט שטארק באאיינפלוסט דאס אידישע לעבן און געזעץ. ר' יוסף ב"ר מאיר, באוויסט אלס ריב"ם, (און ר' שלמה ?). אט אזוי איז רש"י'ס פאמיליע געווארן די פאָרשטייערין פון לומדות אין פראנקרייך.

צו פינף און צוואנציג יאר האט רש"י פארלאזט זיינע רביים מיט וועלכע ער איז געשטאנען שטענדיג אין קאנטאקט, אין די פריינדליכסטע באציאונגען, און ער האט אומגעקערט זיך קיין טראָי. ער איז שוין דענצמאל געווען באקאנט אין דער לומד'ישער וועלט. זיין אומקערן זיך קיין טראָי האט סיגנאלירט דעם אויפקום פון א נייער עפּאכע אין דער לומד'ישער וועלט. ווייל פון איצט אָן האבן די תלמוד אקאדעמיעס אין פראנקרייך איבער גענומען די אויטאריטעט פון די ישיבות אין די רהיין פּראווינצן.

אין דעם יאָר 1070 האָט רש"י געגרינדעט זיין אייגענע ישיבה, וועלכע האט צוגעצויגן פילע תלמידים. ער האָט אָנגעהאלטן אויך א כסא הרבנות, אבער ער האט אפּגעזאגט שכירות, געהאלט. ער האט געצויגן פּרנסה פון זיין וויין גארטן.

די לעצטע יארן פון רש"י זענען געווען פארוואלקנט דורך די שרעקלעכע גזרות פון תתנ"ו, קרייץ־פאָרער, נוסעי הצלב, וועלכע האָבן אויסגעשאכטן פיל אידישע קהלות. די לעגענדע דערציילט, אז רש"י האט פארגעזאגט דעם פירער פון די קרייץ-פאָרער גאָרפריד פון בויאָן, אַז ער וועט האבן א מפּלה, אַז ער וועט צוריקומען קיין פראַנקרייך מיט 3 ריטער, און אַז אַזוי איז געשען. אבער דאס איז נאר א לעגענדע.

מען דערציילט אויך וועגן רשי"ס מוטער, אַז ווען זי איז געווען שוואנגער מיט רש"י איז זי פאַרבייגעגאנגען אַ שמאָל געסל און אַ פור איז דורכגעפאָרן און איר געדראט צו טויטן, און איר איז געשען אַ נס, אַז די וואַנט פון דער זייט גאַס איז געוואָרן איינגעבויגן און די מוטער איז דאָרט אַריין. אַ צווייטע לעגענדע דערציילט וועגן רשיי"ס פאָטער, אַז ער האָט געהאָט צו פאַרקויפן אַ בריליאנט און ווען גלחים האָבן אים געוואָלט קויפן פאַר אַ צלם, האָט ער דעם בריליאנט אַריינגעוואָרפן אין טייך, און דערפאר האָט ער זוכה געווען צו אַזאַ זון.

פירוש

רש"י האט שטארק מורא געהאט טאמער וועלן דער תנ"ך און דער תלמוד ווערן "פארשלאסענע ספרים" פאר די מאַסן. זייענדיג "דעמאָקראַטיש", א פאָלקס מענטש פון נאטור, איז ער געווען אייפעריג צו באקענען דעם פּשוט'ן איד, "עמך", מיט אונזערע רייכע גייסטיגע אוצרות. ער האט געוואלט אז יעדער איד זאל פארשטיין דעם תנ"ך ווי אונזערע חכמים ז"ל טייטשן אים אויס. האט ער גענומען שרייבן פּירושים אויף תנ"ך און אויף גמרא. און זיין אונטערנעמונג איז אים געלונגען אויסערגעווענליך. ווייל זיינע אויסטייטשונגען און פארטייטשונגען מאכן קלאר דעם תנ"ך און ש"ס פארן פּשוט'ן אידן און פארן תלמיד חכם, פאר יונג און אלט.

רש"י'ס פּירוש איז געוואָרן אַזוי אָנגענומען בכל תפוצות ישראל, אַז מען האָט רש"ין גערופן "פּרשנדתא" (דער פּרשן פון דת), און זיין פּירוש אויף חומש איז ווארשיינליך געווען דאס ערשטע העברעאישע ספר וואָס איז געוואָרן געדרוקט (אין יאָר 1475, רל"ה).

אין זיין פּירוש אויף תנ"ך באַנוצט רש"י זייער פיל די מדרשים און דעם אגדה'שן טייל פון ש"ס. ער נוצט אויס באזונדערס די שטעלעס וועלכע ענטהאלטן א מאראלישן, אדער אַן עטישן פּונקט. זייענדיג אַן אויסערגעווענליכער מייסטער פון לשון הקודש, און באזיצענדיג אַן אויסערגעווענליכן חוש פאר שפּראך אין אלגעמיין, איז עס אים געלונגען צו ערקלערן קלאר דעם קאמפּליצירסטן, פארוויקלטסטן ענין אין עטליכע קורץ געפאסטע אבער פיל זאגענדיגע ווערטער.

רש"י באנוצט אין זיין פּירוש געוויסע ספרים פון דקדוק, זעצט איבער פיל ווערטער אין אַלט־פראַנצויזיש און טיילמאָל אין דייטש, וואָס הייסט ביי אים "בלעז". וועגן דעם איז פאַראַן דאָס בוך פון דארמשטעטער, וועלכער האָט אויפן גרונט פון רש"יס פראנצויזישע וערטער געפאָרשט די אַנטוויקלונג פון פראַנצויזיש. פון פיל ערטער איז צו זען, אַז רש"י איז אויך געווען באַקאַנט מיט מעדיצין.

ווי ווייט רש"י איז געווען אָנגענומען קאָן מען זען דערפון, וואָס מע רופט אים "רש"י הקדוש", און פיל פּירושים זענען געשריבן געוואָרן אויף דעם פּירוש רש"י אויף חומש ("מזרחי", "שפתי חכמים" און אַנדערע).

עס זענען פאַראַן טייל פּירושים וועלכע מען שרייבט צו צו רש"י, אָבער באמת שטאַמען זיי ניט פון רש"י.

רבי ישעיה הורוויץ אין של"ה שרייבט, אַז רש"י האָט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דאַרף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן וואָרט זיינס.

ביבליאגראפיע

וועגן רש"י זענען געשריבן געווארן פיל וויסנשאפטליכע אפּהאנדלונגען. אין העברעאיש איז די בעסטע ארבעט פון א. מ. ליפשיץ, "רש"י".

רעפערענצן

  1. רש"י, עבודה זרה עה, א. ער ווערט דערמאנט דארט אין תוספות: "לכך נראה לרש"י בענין אחר שפּירש אביו", אזוי זעט עס אויס פאר רש"י'ן אין אַן אנדער ענין, וועלכן זיין פאטער האט ערקלערט….