רוי:מחזור
מחזור נאָמען פאַר זאַמלונג פון פּיוטים און תפילות פאַר ראש השנה, יום כפור און ימים טובים.
די מחזורים זענען פאַרהאן פאַרשידענע לויט די מנהגים פון געוויסע לענדער-גרופּעס, ווי: מחזור לויט דעם נוסח אשכנז, דאָס הייסט פון די אידן אין דייטשלאנד, פּוילן, ליטע און אַנדערע שכנות-לענדער: מחזור לויטן נוסח ספרד שפּאַנישע אידן), "מחזור רומניא", פון וועלכע עס האָבן געדאוונט אַמאָל די אידן אין דער ביזאנטישער אימפּעריע, "מחזור רומי" (פון די אַמאָליגע איטאַליענישע אידן) און אַנדערע.
עס זענען אויך פאַרהאַן מחזורים, זאמלונגען פון פּיוטים, פון איינצלנע אַמאָליגע מחברים פון פּיוטים אָדער פּיוטים-זאַמלער; אַזוי איז לעצנטס אַנדעקט געוואָרן "מחזור ינאי"; עס איז פאַרהאַן "מחזור ויטרי" און אַנדערע.
מיטן פאָרשן די מחזורים, די אַנטשטייאונג פון די פּיוטים, דעם טייטש פון יעדן פּיוט, האָבן זיך פאַרנומען די געלערנטע צונץ (אין זיין "סינאַגאָגאַלע פּאָעזיע"), היידנהיים (אין דער הקדמה און פּירושים צו זיין מחזורים-אויסגאַבע רעדעלהיים 1802), דאַווידסאָן, בראָדי און אַנדערע. זע עלבויגנ'ס, תולדות התפלה והעבודה בישראל.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!