רוי:הרב יהודה אריה מודינא

פון המכלול
ווערסיע פון 20:32, 11 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יהודה אריה מודינא (1571–1648 אין ווענעציע) איז געווען א רב, משכיל, דענקער, היסטאָריקער; געקענט לאַטיין, איטאַליעניש, שפּאַניש; זיינע דרשות אין איטאליעניש האָבן געפונען אַן אָפּקלאַנג אויך אין דער נישט-אידישער וועלט; געליטן אין פאמיליע-לעבן; פון זיינע 8 זין איז איינער געשטאָרבן יונג, אַ צווייטער איז דערמאָרדעט געוואָרן, אַ דריטער אַוועק קיין בראזיליע; זיין פרוי איז אַראָפּ פון זינען.

די מיינונגען פון היסטאָריקער וועגן רבי יהודה אריה די מודינא זענען פארשידענע. טייל האַלטן אים פאר א פריידענקער, וועלכער האָט נאָר צוליב זיין רבנות אַמט געטראָגן די מאסקע פון פרומקייט; אַנדערע האַלטן אים פאַר א הפכפך, וואָס האָט נישט געהאט קיין באַשטימטע פּרינציפּן; עס איז אָבער א פאַקט אַז אין זיין צוואה שרייבט ער וועגן זיך: "איך באַפעל אַז מען זאָל נישט זאָגן אויף מיר קיינע שבחים, נאָר אַז איך בין נישט געווען קיין צבוע, און אַז עס איז געווען תוכי כברי, אַ ירא אלהים וסר מרע, נישט גע'חנפ'עט קיינעם און אַ גוטער מענטש".

ווערק

זיינע באַרימטע ספרים זענען "הבונה" (באַמערקונגען צו דעם "עין יעקב", אגדות-זאמלונג פון דער גמרא), "ארי נוהם" (קעגן קבלה, פאַרעפנטליכט לייפּציג 1840), "געשיכטע פון אידישע דינים" (אין איטאַליעניש, איבערזעצט אין ענגליש, אויך אין העברעאיש "שלחן ערוך" דורך דר. שלמה רובין, האָט א גרויסן ווערט פאַר פאָרשונג פון אידישן פאָלקלאָר), "מגן וחרב" (קעגן קריסטנטום) און – דאָס וויכטיגסטע – "בחינת הקבלה", אין וועלכן ער שטעלט פאָר די טענות פון א פריידענקער קעגן תורה שבעל פּה מיטן נאָמען "קול סכל" און זיינע אייגענע תשובות מיטן נאָמען "שאגת ארי" דער "בחינת הקבלה" איז אָפּגעדרוקט געוואָרן דורך יצחק שמואל רעדזשאָ (ריגיו) אין יאָר 1852, און טייל האָבן זאָגאַר געמיינט, אַז רעדזשא האָט אויסגעטראכט דאָס ספר און עס צוגעשריבן מודינא'ן; דאָס איז די ערשטע שאַרפע פריידענקערישע קריטיק קעגן דער תורה שבעל פּה, וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע איינפלוס אויף משכילים און רעפאָרמער אין 2טער העלפט פון 19טן יאָרהונדערט; מודינא האָט פאַרפאַסט נאָך אַנדערע ספרים, צווישן זיי אויך אַן אייגענע אויטאביאָגראפיע "חיי יהודה".

ביבליאגראפיע

אַ גרינטליכע אַרבעט וועגן מודינא איז פאַרהאַן פון נחמיה שמואל ליובאוויטש, "רבי יהודה אריה די מודינא"; בלוי האָט אַרויסגעגעבן ווערק פון מודינא אונטערן נאָמען "כתכי הריא"ם" אין 1906.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!