רוי:יוגנטרוף

פון המכלול
ווערסיע פון 06:07, 28 יאנואר 2022 דורך YI>Eli benedict (צוגלייגט פרטים)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:N540740400 15328 512.jpg
דאס איז געגרינדעט און אנגפירט געווארן דורך ד"ר מרדכי שעכטער וואס איז נפטר געווארן דעם 15טן פעברואר 2007

יוגנטרוף איז אן אלוועלטלעכע אידישער ארגאניזאציע פון יונגע לייט וואס באשעפטיקן זיך מיט פארשפרייטן די שפראך יידיש פאר דער וועלט. עס איז געגרינדעט און אנגפירט געווארן אין 1965 דורך ד"ר מרדכי שעכטער וואס איז נפטר געווארן דעם 15טן פעברואר 2007.

זייער מאטא: אז יידיש איז נישט בלויז א פארבינדונג מיטל צווישן געוויסע מענטשן, נאר בעיקר א קולטור און ליטעראטור וואס פארבינדט די אפשטאמיקע פון איין פאלק צו א טראדיציע און היסטאריע אויסגעפארעמט משך פון טויזנטער יארן. און דאס איז דער פשט פון זייער נאמען פון זייער אלוועלטליכע ארגאנעזאציע: א רוף פון און צום נייעם דור וואס קען נישט קיין יידיש זיי זאלן זיך אויך אנשליסן צו לערנען אביסל יידיש, אויפצווועקן דעם יידישן ירושה פון אמאל.

זיי שרייבן יידיש לויט די ייוו"א כללים.

זייער אקטיוויטעטן איז צאמשטעלן איינמאל א יאר זומער א וואקאציע, אין די קעטסקיל בערג, וואס מ'רעדט און מ'לערענט בעיקר יידיש.

זיי האבן אויך א בליצפאסט ליסטע פון טויזנטער יידיש ליבהאבער און שעצער פון איבער דער גארער וועלט זענען דערהין אנגעשלאן און באקומען יעדן טאג און שיקן זיך מעלדונגען פאר דער גרופע איבער די לעצטע נייעס און אקטיוויטעטן פארלאנגען און מודעות וועגן יידיש.

אויך מאכן זיי יעדע פאר וואכן א צוזאם קום פון יידיש ליבער אין די פריוואטע הייזער אדער שולן פון חברים.

דאס איז אויך הויפט קווארטירט אין דעם געביידע פון ארבעטער רונג אין מאנהעטן וואס דארטן געפינט זיך אויך די בירא פון פארווערטס רעדאקציע און א יידישער טעאטער און ציווילער צענטער װוּ יידן פארברענגן זייער צייט מיט פארשיידענע אקטיוויטעטען.

דרויסנדע וועב פארבינדונגען

Jidysz.svg

אלע יידיש-שפראך וועבזייטלעך

אידישע נייעס • יידישע וויקיפעדיע • אייוועלט • הייד פארק • תפוז יידיש • דער אלגעמיינער זשורנאל • פארווערטס • יוגנטרוף • לעבנס פראגן • יונג יידיש • מלחמה איבערלעבער • קאווע שטיבל • אידיש24