אייוועלט
'אידישע וועלט' (ivelt.com) איז א פארום וועבזייטל אויף די אידישע שפראך, געגרינדעט געווארן דורך חסידי'שע יונגעלייט וועלכע שטרעבן צו גיין אין די ערליכע וועגן פון זייערע עלטערן און מנהיגים, מיט'ן ציל אוועקצושטעלן א ריין ארט וואו היימישע אידן זאלן קענען פארברענגען אויף אן ערליכן שטייגער, און צו יעדע צייט טרעפן א גוט ווארט, מיטהאלטן נייעס און אנטוויקלונגען פון ארום די וועלט, ליינען א שטיקל היסטאריע, הנאה האבן פון א זאפטיגע ארטיקל, און געפינען עצות און הילף אויף יעדן הינזיכט פונעם לעבן[1].
סוג | פארום |
---|---|
תקופת הפעילות | 2006–הווה (בערך 18 יאָרן) |
מייסדים | קרעמער, ארענדאר |
מנכ"ל | וויכטיג מאכער |
שפות תכנות | אידיש |
ivelt.com |
איבערזוכט
די "היימישע קרעטשמע" איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2005, אלס א באזונדער פארום אפטיילונג, אויפ'ן היידפארק וועבזייטל דורך א באנוצער (ניק) גערופן קרעמער[2]. אין יענע יארן זענען אמעריקאנער חסידישער יונגעלייט געווען היבש אקטיוו אויף היידפארק, בעיקר איבער די טעמעס אינערהאלב די חסידישע פאליטיק, וואס זענען געווען באזירט אויף לשון הרע און מחלוקות. דער ניק קרעמער האט דעריבער באשלאסן צו עפענען א ווינקל אין היידפארק וואס זאל זיין אוועקגעשטעלט אויף פארברענגען און שמועסן געשמאק, אן קיין צוטריט פאר מחלוקת און אנדערע אומגעוואונטשענע זאכן.
אין יאר 2006 איז די "היימישע קרעטשמע" אריבער צו אן אייגענעם וועבזייטל[3]. דער אדמין פונעם סייט האט זיך גערופן מיט'ן ניק נאמען "arender"[4]. ער האט באזירט דעם סייט אויף די בחינם'דיגע PHPBB סאפטוועיר, און געעפנט אן אייגענעם דאמעין heimishekretchme.com.
מיט א יאר שפעטער 2007 איז דער סייט איבערגעפרישט געווארן, מ'האט געטוישט דעם נאמען אויף "אידישע וועלט" און אריבערגעפירט צום דאמעין yiddishworld.com. אין יענע צייט האט מען צוגעלייגט נאך טיילן צום וועבזייטל, אחוץ דעם פארום, עס האט פארמאגט נייעס און בילדער אפטיילונגען, און א וויקי. מיט די צייט האט מען צוגעלייגט א פארקירצטער דאמעין ivelt.com, וואס האט שפעטער איבערגענומען אלע אנדערע דאמעינס.
אום יולי 21 2008 האט דער וועבזייטל געקראכט און דער גאנצער סערווער איז חרוב געגאנגען, עד היום איז נישט קלאר וואס איז געווען די סיבה דערצו, טייל שפעלאציעס זאגן אז ס'איז געווען אינערליכע סאבאטאזש. למעשה האט מען באוויזן א גרויס חלק דערפון צוריקצוברענגען[5][6]. אין יענעם דעצעמבער האט מען אריבערגעפירט דעם סייט צו א נייעם איבערגעפרישטן פלאטפארמע[7], וואס האט בלויז פארמאגט דעם פארום אפטיילונג. זינט דאן האט מען איינגעפירט פארשידענע זיכערהייט מאסנאמען אז ס'זאל נישט נאכאמאל פאסירן.
אום זונטאג תרומה תשפ"ג איז דער סייט אריבער א גיגאנטישער אפדעיט[8], וואו מען האט אפדעיטעד דעם סייט אויף דעם לעצטן ווערסיע פון phpbb, און צוגעלייגט א צאל פונקציעס, צווישן דעם א לייק קנעפל זיך צו באדאנקען פאר קאמענטארן וואס מען גלייכט[9]. עטליכע חדשים שפעטער אין צוזאמענהאנג מיט'ן מהפיכה-רעוואלוציע קאמפיין, האט מען אריינגעלייגט נאך פארשידענע פונקציעס צו מאכן באקוועמער דעם סייט[10].
צו קענען שרייבן אויף אייוועלט ברויכט מען זיין רעגיסטרירט, ביים זיך איינשרייבן דארף מען אויסוועלן א ניק-נאמען וויאזוי מען גייט גערופן ווערן, און ענטפערן א זיכערהייט פראגע, דאן דארף מען ווערן אנגענומען דורך איינער פון די מנהלים פונעם סייט.
פאפולאריטעט
אייוועלט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער מערסט פאפולערער פארום זייטל ביים אידיש-רעדנדער חרדי'שן עולם. כאטש טייל וועלן דאס קאטעגאריזירן אלס סאציעלע מידיע[11], טוט דאס נישט זיין קיין אפהאלט פון זיך צו באנוצן דערמיט, וויבאלד עס פארמאגט נישט די פילע פראבלעמען פון די אלגעמיינע מידיע, זינט עס פארמאגט א שטרענגע צענזור סיסטעם, וואס לאזט נישט לופטערן סיי וועלכע חומר עס איז נישט פאסיג פאר א חרדי'שער איד.
. אויסער דעם איז פארהאן א ריזן צאל פון ידיעות און אינהאלטסרייכע חומר וואס האט זיך צאמגעזאמלט במשך די יארן.
כהיום זענען פארהאן נאנט צו 15,000 איינגעשריבענע באנוצער אויף אייוועלט. שוין פארהאן איבער 4 מיליאן תגובות און נאנט צו 60,000 אשכולות אין סך הכל[12]. די מערסטע צאל באנוצער אויף איינמאל איז געווען אום מאנטאג אקטאבער 9, 2023 2:54 pm, ווען עס איז געווען 1399 באנוצער אויפ'ן סייט, דאס איז געווען באלד נאך די שוידעליכע כאמאס אטאקע אויף ארץ ישראל, וואס האט געצויגן די אינטערעסע פון אלע אידן איבער די וועלט. (דאס איז אויסער וואס איז איינמאל געווען 2432 באנוצער אויפאמאל, אין רעזולטאט פון אן אטאקע נאכ'ן ארויסשטעלן א געליעקטע נייעס פון רוסלאנד[13]). די גרויסער פאפולערקייט פון אייוועלט ברענגט אז געוויסע פירמעס און עסקנים זאלן שפירן פאר וויכטיג ארויפצוקומען אויף אייוועלט צו פארטרעטן זייערע אינטערעסן און זיך אויסקלארן מיט'ן עולם. עטליכע רעדנער פון קול מבשר פירן זיך אויסצודעבאטירן זייערע רעדעס אויף אייוועלט[14]. דער באקאנטער זינגער ליפא שנמעלצער איז ארויפגעקומען אדרעסירן זיין נייעם אלבום און די קאמענטארן דערויף[15].
טראצדעם, וועט דאס אין געוויסן מאס געהאלטן ווערן פנימי, און מען וועט נישט רעדן דערפון אין פובליק, ווען א בעל דרשן אדער רעדנער דערמאנט ברבים דעם נאמען אייוועלט אדער א ניק-נאמען פון איינע פון די באנוצער, ווערט דערפון א סענזאציע.
ראנגען
די באנוצער אויף אייוועלט ווערן באטיטלט מיט א ראנג לויט די צאל תגובות וואס זיי האבן געשריבן, צוערשט ווערט מען גערופן אנשי שלומינו, דערנאך שר העשר, שר החמישים, שר מאה אא"וו[16]. פארהאן אן אייגנשאפט צו קאנגראטולירן די וואס גייען ארויף א ראנג[17], ווי אויך וועלן געוויסע ביישטייערן פאר אייוועלט אן ארטיקל וכדו' לרגל דעם ראנג העכערונג[18].
די הנהלה קען אויך שענקען פאר איינעם אן אייגנארטיגן טיטל אלס הכרת הטוב פאר זיין באשטייערונג צום סייט. די באנוצער וועלן צומאל קאמפיינען דערויף, ווען זיי האלטן אז עמיצער פארדינט א ספעצילן טיטל.
מזמן לזמן וועט פארקומען וואלן אויסוועלן איינע פון די באנוצער אלס ראש הקהל. דער ראה"ק פארמאגט נישט קיין שום ספעציעלע רעכטן, עס איז בלויז פאר אינטערהאלטונגס צוועקן[19]. באזונדער קומט פאר בעפאר חודש אדר וואלן אויפצונעמען א פורים רב. דער פ"ר וועט באקומען דעם טיטל, און א ספעציעלע קאליר אויף זיין ניק.ער ברויך צושטעלן פרייליכע סחורה פאר אלע ליינער דורכאויס דעם פרייליכן חודש.
אייוועלט קאודס
במשך די יארן האבן זיך אנטוויקלט א צאל קאוד ווערטער וואס זענען בלויז פארשטענדליך פאר די אייוועלט באנוצער, און זענען נישט באנוצט אין די אלגעמיינע אידישע שפראך. צום ביישפיל: צ"ק - איז אקראנים פאר "צום קעפל", ווען א שמועס פארפארט פונעם קעפל פונעם אשכול, און שרייבט עפעס וואס באציעט זיך צום קעפל, און נישט צום פריערדיגן שמועס. זיראנץ - א צאמשטעל פון "זערא טאלעראנץ". דער באגריף איז געשאפן געווארן דורכ'ן מנהל יאנאש, און ווערט באנוצט צו באצייכענען אן אשכול וואס ווערט שטרענגער אינפארסירט ווי אין אלגעמיין. מחישי - א מעסעזש וואס מען באקומען פונעם אחראי, ווען עפעס וואס מ'האט געשריבן ווערט פארמעקט. צאמשטעל פון "מחיקה אישי". אהאנגז"א - א פאפולערע אשכול מיט'ן קעפל "איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:"[20]. און אזוי ווייטער.
עס איז פארהאן א ספעציעלער אשכול אויף אייוועלט, וואו מען קען אנפרעגן איבער די באדייט פון די פארשידנארטיגע קאודס[21].
תקנות און צענזור
די אידישע וועלט פארומס פארמאגט א רייע תקנות און רעגולאציעס, און עס ווערט געפירט מיט א שטרענגע צענזור, כדי דאס פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן על פי תורה און גלייכצייטיג באקוועם פאר אלע מיטגלידער. די תקנות זענען מחייב אלע באניצער פונעם סייט, און אויף א פארלעצונג קען מען ווערן אויסגעשפארט[22].
די תקנות נעמען אריין אז מען זאל נישט שרייבן איבער פריוואטע מענטשן, נישט אריינגיין אין שמועסן וואס גרעניצן זיך מיט לשה"ר און הלבנת פנים, נישט לייגן קיין בילדער פון פרויען, און אומאויסגעהאלטענע לינקס. די תקנות ווערן אינפארסירט דורך די מנהלים און אחראים אויפ'ן סייט, וואס פארמאגן די מעגליכקייט צו פארריכטן און פארמעקן תגובות, און אויסשפארן באנוצער.
דער סאמע קאנטראווערסיאלער תקנה איז אז אזויווי די פארוואלטער פון דעם פלאץ געהערן צו סאטמאר, דארף אלעס וואס ווערט געשריבן זיין אויסגעהאלטן לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע. און ס'איז נישט ערלויבט צו שרייבן ציונות, שרייבן אויף העברעאיש, און באריכטן פאליטישע נייעס פון מדינת ישראל[23]. גאר א שטארקע דגוש ווערט געלייגט זיך צו האלטן נוטראל און נישט זיך מישן אינערהאלב די מחלוקת פון חסידות'ן, ובפרט די סאטמארע פאליטיק. טראצדעם זענען כסדר פארהאן קעגנזייטיגע באשולדיגונגען אז די הנהלה איז גענויגט מער צו איין זייט.
טייל באנוצער קענען זיך צומאל אפרעדן אויף די שטרענגע צענזור אינפארסירונג, און עס קומט פאר כסדר'דיגע דעבאטעס מיט די מנהלים איבער דעם[24]. אבער מערסטנס באנוצער זענען איינשטומיג אז עס מוז זיין א געוויסער צענזור צו האלטן דעם סייט אין די ראמען.
אין יאר תשע"ב האבן א צאל אקטיווע באנוצער פון אייוועלט, זייענדיג אויפגעברויזט אויף די שטרענגע צענזור, אפגעלאזט דעם סייט, און זענען אריבער צו אן אייגענעם פארום מיט'ן נאמען קאווע שטיבל. א פיל ווייניגער אקטיווער סייט, וואו עס איז ערלויבט צו לייגן בילדער פון נשים, און שרייבן ליבעראלע און אפיקורס'ישע געדאנקען, רוב היימישע פילטערס לאזן נישט קיין צוטריט דערצו.
אין יאר 2023 האבן עטליכע באנוצער וואס באלאנגען צו חסידי מהר"א מ'סאטמאר געהאלטן אז די הנהלה פירט זיך נישט יושר'דיג מיט זיי, און האבן געגרינדעט א נייעם פארום אידטיש, וואס איז ווייניגער שטרענג מיט צענזורירן די שמועסן ארום חסידות און פאליטיק[25]. דער משומר פילטער וואס באלאנגט צו מהרי"י, טוט נישט ערלויבן צוטריט דערצו[26], דערפאר איז דער סייט געווענליך מער גענויגט מער צו צד מהר"א.
גילוי
גאר א הארבע פארלעצונג איז די נושא פון גילוי. אזויווי רוב באנוצער באהאלטן זייער אידענטיטעט און שרייבן אונטער א שלייער פון א ניק, און זענען נישט מסכים ארויסקומען עפנטליך ווער זיי זענען, איז גאר שטרענג אינפארסירט די רעכט פון די שרייבער צו בלייבן אין געהיים. אויב איינער פובליצירט פריוואטע דעטאלן פון א צווייטער באנוצער, אדער פרובירט צו דערגרינטעווען א צווייטנ'ס אידענטיטעט ווערט זיין אקאונט אויסגעשפארט פאר אייביג[27].
טראץ די אלגעמיינע אטמאספערע צו שרייבן בלויז מיט א ניק-נאמען, זענען פארהאן א קליינע צאל באנוצער וואס זענען יא גרייט ארויפצוקומען מיט זייער אמת'ע אידענטיטעט, א שטייגער ווי אליעזר קרויס פון קול מבשר, הרב יואל קליין, ארי גרינפעלד פון גרינטאטש טעק. פירמע, און נאך.
אפטיילונגען
דער אייוועלט סייט איז אייגעטיילט אין א צאל אפטיילונגען, עס פארמאגט א נייעס אפטיילונג[28], וואו עס ווערט געלופטערט אלע נייעס אידישע און וועלטליכע אויף א רעגלמעסיגער פארנעם. לויט טייל קאמענטירער פארמאגט אייוועלט א שנעלערע ראטע פון ברענגען קראנטע נייעס פון סיי וועלכע אנדערע קוואל אויף די אידישע שפראך. א גרויס טייל פון די פאפולאריטעט פון אייוועלט איז צו פארדאנקען די פארגעשריטענע נייעס קוואל. ביי די קריג פון רוסלאנד און אוקריינע איז אייוועלט ארויף א שטאפל מיט'ן ברענגען פליסיגע נייעס פונעם פראנט, דאן האט מען איינגעפירט אפצוטיילן די נייעס פון די קאמענטארן. די אוקריינע קריג אשכול האט גענאסן פון גאר א שטארקע נאכפאלגערשאפט פאר א לענגערע תקופה.
קרעטשמע
פארברענגען
תורה
אינטערהאלטונגס
יעזורו
פראיעקטן
מורשת חכמי אמעריקא
הוצאות ספרים ד'אייוועלט
אויסגאבעס
אייוועלט סידי פראדוקשאן
תחיית המתים קאמפיין
רעוואלוציע קאמפיין
פארמעסטן
אייוועלט-לאגא פארמעסט![30]
אינפראסטרוקטור
דרויסנדיגע לינקס
מפתח אויף אייוועלט סייט, לקוטי בתר לקוטי - רעים'ס מפתחות דורך רעים, מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 3:51 pm
ליפא שמעלצער אדערסירט אייוועלט, ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט, דורך ליפא שמעלצר, מיטוואך מארטש 02, 2022 5:19 am
אייוועלט נייעס פון טאג, אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ תקנות, אויף אייוועלט
- ↑ קרעמער, אינטערוויא מיט'ן מייסד הקרעטשמע "קרעמער", אויף אייוועלט
- ↑ היימישע קרעטשמע
- ↑ arender, ברוכים הבאים, אויף אייוועלט, דאנערשטאג יוני 22, 2006 10:37 pm
- ↑ arender, מיר זענען צוריק אפען + סך הכל, אויף אייוועלט, מוצ"ש אוגוסט 07, 2010 9:22 pm
- ↑ arender, וואס איז געווען, וואס גייט אי"ה זיין + וויכטיגע אינפארמאציע, אויף אייוועלט, מיטוואך יולי 28, 2010 11:26 am
- ↑ arender, אלעס איבער דאס איבערבוי פונעם סייט., אויף אייוועלט, זונטאג דעצעמבער 12, 2010 11:19 pm
- ↑ arender, וועבזייטל אפדעיט זונטאג תרומה תשפ"ג באריכט, אויף אייוועלט, זונטאג פעברואר 19, 2023 11:10 am
- ↑ אידישע וועלט, ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט, אויף אייוועלט, זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm
- ↑ מהפיכה קאמפיין, מהפיכה קאמפיין - נאטיצן ביכל, אויף אייוועלט, מיטוואך מאי 17, 2023 2:13 pm
- ↑ הלבלר בקולמסו, קען אייוועלט פאררעכנט ווערן אלס סאשעל מידיע???, אויף אייוועלט, מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:10 am
- ↑ סטאטיסטיק, אויף אייוועלט
- ↑ קנאפער ידען, מערסטע צאל וואס זענען אמאל געווען אריינגעסיינט:, אויף אייוועלט, פרייטאג פעברואר 25, 2022 4:26 pm
- ↑ אליעזר קרויס, אין אשכול אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר, אויף אייוועלט. משה שפיצער, אין אשכול ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיטצער, אויף אייוועלט.
- ↑ ליפא שמעלצר, ערשטמאליגע אפנהארציגע בריוו, ליפא שמעלצר צו אייוועלט, אויף אייוועלט, מיטוואך מארטש 02, 2022 5:19 am
- ↑ אפט געפרעגטע פראגעס, אויף אייוועלט
- ↑ מזל טוב פאר אונזערע מערסטע שרייבערס, אויף אייוועלט
- ↑ ארחיקה נדד, 99999 סינדראם!, אויף אייוועלט, זונטאג מאי 10, 2020 5:37 pm
- ↑ קרעטשמער, ~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~, אויף אייוועלט, דאנערשטאג מאי 10, 2007 12:48 pm
- ↑ איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:, אויף אייוועלט
- ↑ אייוועלט קאודס..., אויף אייוועלט
- ↑ תקנות, אויף אייוועלט
- ↑ תקנה 2, אויף אייוועלט
- ↑ אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט, אויף אייוועלט
- ↑ אידטיש - צייט פאר התבוננות, אויף אידטיש
- ↑ אלעס ארום פילטערינג פירמעס אנבאלאנגט אידטיש, אויף אידטיש
- ↑ סאכדעס, ארור מכה רעהו בסתר, אויף אייוועלט, מיטוואך יאנואר 07, 2009 12:13 am
- ↑ נייעס, אויף אייוועלט
- ↑ אין אסאך אנדערע פארום'ס פון תלמידי חכמים און געלונגענע שרייבערס האב איך שוין געזען וואו מ'רעדט מיט קנאה אויף דאס וואס מיר האבן דא מצליח געווען צו טוהן. איך מיין אז דערווייל איז דאס אן אויפטוה וואס קיין שום אנדערע ציבור אדער אנליין פארום האט נאכנישט באוויזן! יידישע קהילות
- ↑ אייוועלט-לאגא פארמעסט!