דעצעמבער

פון המכלול
ווערסיע פון 14:13, 15 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{לוח שנה|{{בלאטנאמען}}}} '''דעצעמבער''' איז דער צוועלפטער און לעצטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער לעצטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן 31 (נומער)|איין או...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

►► ◄◄ דעצעמבער

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3 4 5 6 7
8 9 10 11 12 13 14
15 16 17 18 19 20 21
22 23 24 25 26 27 28
29 30 31
קאלענדאר פאר 2024

דעצעמבער איז דער צוועלפטער און לעצטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער לעצטער פון זיבן מאנאטן וועלכע פארמאגן איין און דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי סעפטעמבער.

דורכאויס דעם מאנאט, אין 21 דעצעמבער, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער ווינטער ווענדפונקט (עב') - דער טאג מיט די ווייניגסטע ליכט-שעה'ן, וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת טבת. אין דער דרום האלבקיילעך איז דאן דער זומער ווענדפונקט, זייענדיג גלייך צו יוני אין דער צפון האלבקיילעך. דער מעטעאראלאגישער ווינטער אין צפון ווערט טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט, און אזוי דער מעטעאראלאגישער זומער אין דרום[1].

אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל קשת צו מזל גדי[א].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[2].

רעפערענצן

  1. Holidays and Lore, Spells, Rituals and Meditations ISBN 978-0-738-72159-0 p. 111
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען