המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/5

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

Source editor logo.svg

רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס

פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל

לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן

שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט

שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים

כללים
פארשידענע מאָסנאַמען

ענדע
גייט ארויס אין וועג



שמועסן

א וויכטיגע אספעקט אין המכלול איז די מעגליכקייט צו שמועסן איבער ארטיקלען מיט אנדערע רעדאגירער. אויב האט איר א הערה, קשיא אדער שאלה אנבאלאנגט סיי וועלכע ארטיקל, גייט צום שמועס בלאט דורך דעם שמועס קנעפל אויבן און שרייבט אייערע באמערקונגען. געדענקט: אויב איז די לינק צום שמועס בלאט רויט מיינט דאס פשוט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן דארט, דאס איז נישט א סיבה זיך צו צוריקהאלטן פון שרייבן.

צו שרייבן א תגובה איבער א פרישע טעמע לייגט אריין די קעפל פונעם טעמע אין די קעסטל "הייבט אן א נייע טעמע". (אין נישט פלוס בלעטער, דרוקט אויף "לייגט צו טעמע" וואס געפינט זיך נעבן "רעדאגירט").

נישט נאר ארטיקלען האבן שמועס בלעטער. יעדע באניצער האט אויך א שמועס בלאט, וואו מען קען זיך ווענדן צו זיי. איר קענט גיין צו אייער שמועס בלאט אינעם קנעפל "שמועס" וואס געפינט זיך אויבן אויף די לינקע זייט פונעם סקרין. ווען איינער לאזט איבער א מעלדונג אין אייער שמועס בלאט, וועט איר באקומען אן אלערט סיי וואו איר וועט נאר זיין אין המכלול, מיט א לינק צו אייער שמועס בלאט. איר קענט אויך שרייבן מעלדונגען פאר אנדערע באניצער, אין זייער שמועס בלאט (מען קען אנקומען דערצו דורך דרוקן אויף די "שמועס" קנעפל אין די רעלעוואנטע באניצער בלאט, אדער אריינשרייבן אין די זוך קעסטל: "באניצער רעדן:פלוני", ווען אויף די פלאץ פון "פלוני" לייגט איר אריין דעם באניצער-נאמען).

אלץ נייער באניצער איז מעגליך אז איר וועט זיך אנשטויסן אין אייער שמועס בלאט מיט א ים פון פארשלאגן, טענות ומענות וואס קען טיילמאל אויסקוקן ווי קריטיק אדער גאר ווי אן ערנסטע אטאקע פון די וועטעראן באניצער. אלע ווענדונגען קומען מיט א גוטע כוונה צו פארבעסערן אייער שרייבעריי אויף המכלול. אויב באקומט איר אסאך ווענדונגען וואס זעען אויס ווי מען זוכט אייך צו דערקיטשען, איז כדאי זיך צו ווענדן צו איינע פון די שרייבער פאר הדרכה.

ארדענונג

אין שמועס בלעטער וועלכע זענען נישט פלוס בלעטער, ווערן די מעלדונגען נישט אויסגעשטעלט אטאמאטיש מיט א סדר, דערפאר פעלט זיך אויס צו האלטן צו ארדענונג כללים. ווען מען רעאגירט צו א מעדלונג, שרייבט מען די רעאקציע נאך א ספעיס כאראקטער פון די פאריגע מעלדונג. צולייגן א קאָלאָן (":") אנפאנג פונעם שורה וועט אייך ערמעגליכן צו אריינריקן אייער מעלדונג. נאך א וועג דאס צו טון איז דורך צולייגן א שטערנדל ("*", וואס דינט געווענליך פאר ליסטעס). צומאל באניצט מען זיך אויך מיט "#" צו מאכן א ליסטע מיט נומערן, למשל ביי אפשטימונגען.

סיי שטערנדלעך און סיי קאָלאָנען קענען ווערן צוגעלייגט עטליכע מאל: יעדעס מאל עס ווערט געלייגט וועט אריינרוקן די טעקסט מער. אויב האט די מעלדונג צו וועלכע איר באציט זיך צוויי מאל ":", לייגט צו א דריטע, צו אנהאלטן דעם פלוס און ארדענונג פון די מעלדונגען.

אויב איינער האט אייך איבערגעלאזט א מודעה אין אייער פריוואטע שמועס בלאט, ענטפערט אים אויף יענע בלאט און נישט אויף אן אנדערע פלאץ. ער וועט זען אז איר האט אים געענטפערט ווען ער וועט קוקן אויף זיין "נאכפאלג ליסטע".

אינטערשרייבן

אין שמועס בלעטער וועלכע זענען נישט פלוס בלעטער, ערשיינט נישט אטאמאטיש דער שרייבער'ס נאמען בעפאר יעדע שטיקל. דערפאר איז וויכטיג צו אינטערשרייבן אויף אייערע מעלדונגען, אז אנדערע באניצער זאלן וויסן ווער עס האט דאס געשריבן. מען קען גרינגערהייט אינטערשרייבן דורכ'ן צולייגן פיר  טילדע צייכענס (~~~~), וואס וועלן נאכ'ן אפהיטן דעם בלאט אטאמאטיש ווערן אן אינטערשריפט מיט אייער נאמען און די צייט וואס די מעלדונג איז געשריבן געווארן. איבער פארשידענע סארטן און פארמאטן פון אינטערשריפטן זעט הילף:חתימה.

מערסטנס שמועס בלעטער זענען פלוס בלעטער. אבער אין געוויסע געביטן, ווי אין שמועס בלעטער פון דרעפטס, זענען בלעטער וואו עס איז וויכטיג צו צולייגן דעם אינטערשריפט.

איינגעוואוינען

עס איז רעקאמענדירט זיך צו איינגעוואוינען צו שרייבן אין שמועס בלעטער. צו אויספרובירן, גייט צום זאַמדקאַסטן און שרייבט א מעלדונג מיט אריינגערוקטע טעקסט און שרייבט אינטער ביים סוף מיט פיר ~ צייכענס ווי פריער געשריבן.