המכלול:המכלול שטאפל ביי שטאפל/1

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

Source editor logo.svg

רעדאַגירן בלעטער
אַקטיווירן רעדאַגירן אינטערפעיס

פאָרמאַטירן
מאכן א ריינעם אויסשטעל

לינקס און מכלולינקס
פארבינדט בלעטער איינע צום אנדערן

שרייבן
אינהאלט פונעם בלאט

שמועסן
רעדן צווישן מכלולאים

כללים
פארשידענע מאָסנאַמען

ענדע
גייט ארויס אין וועג



דער געדאנק פון וויקי וואס אויף איר איז המכלול אוועקגעשטעלט, איז אז יעדער קען רעדאגירן און שרייבן איבער יעדע נושא. יעדע ענדערונג וואס איר וועט דורכפירן וועט באלד טוישן דעם בלאט פאר אלע באניצער.
לאמיר אנהייבן מיט א הסבר אויף די וויכטיגסטע פונקציע אין וויקי: רעדאגירן בלעטער.
אויב טרעפט איר א גרייז אין אן ארטיקל, קענט איר דאס פאררעכטן אויף די פאלגענדע אופן: (דרוקט אויף א בילד צו פארגרעסערן)

שדר חץ.PNG   אויף יעדע בלאט אין המכלול איז דא פון אויבן א קנעפל "רעדאַגירט קאוד" וואס ערמעגליכט צו רעדאגירן דעם בלאט אויף וואס איר קוקט. דרוקט אויף דעם רעדאגירט קאוד קנעפל וואס געפינט זיך אויבן דעם בלאט צו רעדאגירן דעם גאנצן בלאט. עס איז אויך דא א קנעפל "רעדאגירט" נעבן כמעט יעדע "רעדאגירט קאוד" קנעפל וואס דורך איר קען מען רעדאגירן אויף א גרינגערע אופן. איבער די פונקטליכע וועג וויאזוי צו רעדאגירן מיט'ן "רעדאגירט" קנעפל וועלן מיר לערנען אויף א צווייט פלאץ, ווייטער אויף דעם הילף בלאט וועלן מיר לערנען איבער רעדאגירן דורך דעם "רעדאגירט קאוד" קנעפל.
קטע2.png אויף בלעטער וואס האבן קעפלעך דערין (אויף די בלאט איז נישטא קעפלעך) איז פארהאן א לינק "רעדאגירט קאוד" אויף די לינקע זייט פון די קעפל וואס ערמעגליכט דאס רעדאגירן דעם אפטיילונג אונטער דעם קעפל. אויב ווילט איר רעדאגירן נאר א געוויסע אפטיילונג דרוקט אויף דעם "רעדאגירט קאוד" וואס געפינט זיך נעבן די פאסיגע קעפל.
WikiEditC.png
ביים קליקן רעדאגירט אָדער רעדאַגירט קאָוד וועט זיך עפענען די רעדאגירונג בלאט מיט אפציעס און הסברים. מען דארף נישט פארשטיין אלע הסברים ביים ערשטן פרואוו - מישט דעם בלאט צו די טעקסט וואס איר ווילט רעדאגירן. פאררעכט אדער שרייבט אייער רעדאגירונג. (אבער מאכט זיכער נישט צו מעקן ווערטער אדער צייכענעס וואס איר קענט נישט און איר האט נישט געזען איידער'ן דרוקן אויף די רעדאגירט קנעפל. די צייכענעס דינען פאר די אויסשטעל און גראפיק, מיר גייען אנקומען צו טייל פון זיי בהמשך אין די אנווייזונגען בלעטער.)
WikiEditD.png
אין די באמערקונג קעסטל לייגט אריין א קורצע ערקלערונג איבער די נאטור פון די רעדאגירונג וואס איר האט אויסגעפירט - למשל טעות סופר אדער פארראכטן טייפא אדער סיי וועלכע איינצלהייט וואס קען אין קורצן אראפלייגן אייער רעדאגירונג.

אויב האט איר געטוישט מער ווי איין ווארט, דרוקט ערשט "זעט אויסקוק" צו איבערקוקן אויב די אויסקום זעט אויס ווי איר האט געוואלט. יעדער שרייבער קען מאכן א טעות, און מיט די הילף פון זען די אויסקוק קען מען פארמיידן איבריגע גרייזן.

ווען פארטיג, דרוקט "פובליצירט".


יעצט איז כדאי איר זאלט פראקטיצירן דעם נושא און אנזאמלען אביסל ערפארונג. גייט צום זאמדקאסטן בלאט, בעסער אין א פרישע פענסטער, און פרובירט עס צו רעדאגירן, צום ביישפיל לייגט צו א באגריסונג.