רוי:ראפשיץ

פון המכלול
ווערסיע פון 00:07, 9 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ראפשיץ צו רוי:ראפשיץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ראפשיץ
Ropczyce
POL Ropczyce COA.svg
Ropcyce Mayors Office.jpg
ראפשיצער בירגערמייסטערס ביורא
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 50°5′10″N 21°38′0″E / 50.08611°N 21.63333°E / 50.08611; 21.63333 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט
דיסטריקט ראפשיץ-שענדישאוו פאוויאט
בירגערמייסטער באלעסלאוו בואיאַק
שטח 47 קוואדראט ק"מ
הייך 240 מעטער

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

15,098‏  (שטייענדיג 2009)
550 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2
http://www.ropczyce.umig.gov.pl

ראפשיץ (פּויליש: Ropczyce; דייטש: Ropschitze) איז א שטעטל אינעם טאל פונעם וויעלאפאלקע טייך אין דער אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט אין דרום־מזרח פוילן, 27 קילאמעטער מערב פון ריישע און 45 קילאמעטער מזרח פון טארנע. ראפשיץ איז די הויפטשטאט פונעם ראפשיץ-שענדישאווער פאוויאט.

נאכן שפאלטן פון פוילן ביזן ערשטן וועלט קריג איז דאס געווען אין מערב גאליציע.

אין 1880 איז די יידישע באפעלקערונג פון ראפשיץ געווען 1,156 און אין 1910 איז זי געווען 1,069.[1]

היסטאריע

ראפשיץ איז געווארן א שטאט דעם 3טן מערץ 1362, ווען דער פוילישער מלך, קאזימיר דער גרויסער האט עס געגעבן שטאט רעכטן.

אין 1564 האבן פיר יידישע משפחות (בערך 30 פארזשוין) געוואוינט אין ראפשיץ. אין סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז ראפשיץ געווארן א צענטער פון חסידות ווען רבי נפתלי צבי הורוויץ האט זיך באזעצט אין דער שטאט און אויפגענומען דאס רבנות. בסוף ימיו האט ער זיך געצויגן קיין לאנצהוט, און זיין איידעם רבי אשר ישעיה רובין האט איבערגענומען די רביסטעווע אין ראפשיץ.

ראפשיץ האט געהאט א חשובע יידישע קהילה ביז דער צווייטער וועלט מלחמה.

רבנים פון ראפשיץ

טראנספארט

ראפשיץ איז פלאצירט אויף דעם הויפט E40 מזרח־מערב שאסיי.

דער נענטסטער לופטפעלד איז ריישע-יאסיאנקע לופטפעלד, 35 ק"מ מערב פון ראפשיץ.

פוילישער באן ראפשיץ האט א באן סטאנציע אויף דער הויפט מזרח־מערב רוטע, ליניע 91.

צווילינג שטעט

ראפשיץ האט די פאלגנדע צווילינג שטעט און שטעטלעך:

רעפערענצן

  1. "ראפשיץ", אויף "JewishGen" (ענגליש)

מוסטער:אייראפע-געא-שטומף

it:Ropczyce

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!