רוי:טיטאניום

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Ti-TableImage.svg
טיטאַניום

טיטאניום איז א כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Ti און אטאם נומער 22. ער איז אן איבערגאנג מעטאל וואס ווערט גענוצט פאר פארשידענע פראדוקטן . טיטאניום איז טייערער פון אייזן און סטיל וויבאלד עס איז שווערער צו פראדוצירן. כאטש מען נעמט דאס ארויס פון די ערד אלס א פארטיגע מאטריאל, פארלאנגט זיך א לאנגע פראדעצור דאס אפצוטיילן פון די מינעראלן און דערפאר איז דאס טייער.

טיטאניום איז בעסער פון אנדערע אייזן וויבאלד עס איז פיל לייכטער אין וואג און נאך אלץ אזוי שטארק. די קאליר פון טיטאניום איז טונקל זילבער (זייער נאנט צו גרוי).

טיטאניום איז צום געפינען אין אונטערערדישע מינעראל קוועלער וואו מען טרעפט אייזן. די הויפט פראדוצירער פון טיטאניום זענען אויסטראליע, קאנאדע, כינע, אינדיע, נארוועגיע, דרום אפריקע, און אוקריינע. אין די פאראייניגטע שטאטן איז פאראן ווייניג טיטאניום. די שטאטן וואס פראדוצירן טיטאניום זענען: פלארידע, ניו יארק, ניו דזשערסי, און ווירזשיניע.

80 פראצענט פון טיטאניום ווערט פראדוצירט פאר די עראספעיס אינדוסטריע וועלכע ברויכן שטארקע מאטריאל וואס וועגט ווייניג. דאס ווערט אויך גענוצט אין פארשידענע מאשינען און היינטיגע צייטן אויך פאר פאלשע טיילן אינעם מענטש (ווי הארץ, היפס) וויבאלד אירע באשטאנדטיילן זענען דאס מערסטע ענליך צום מענטש ווי אלע אנדערע שטארקע מאטריאל וואס איז די נענסטע צו ביינער.

אנדערע באנוצונגן פון טיטאניום איז פאר שיך, קאמפיוטער עקוויפמענט, צירונג, האנט זייגער, ברילן, און נאך.

די מאטריאל איז אויסגעטראפן געווארן אין יאר ה'תקנ"א (1791) אין ענגלאנד אבער עס האט גענומען איבער 100 יאר (ה'תר"ע) ביז מען האט עס באוויזן צו ברענגען צו פראדוקציע און באנוץ.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל