רוי:שיקע דריז

פון המכלול
ווערסיע פון 16:33, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (6))
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יהושע דריז, באקאנט ווי שיקע דריז (רוסיש: Овсей Дриз; ‏29סטן מערץ 1908 - 27סטן פעברואר 1971), איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און קאמפאזיטאר.

ער איז געבוירן געוואָרן 1908 אינעם שטעטל קראַסנע, ניט ווייט פון דער שטאָט וויניצע, רוסלענדישע אימפּעריע (היינט אוקראַיִנע). ער האָט זיך געלערנט אין קיִעווער קינסטלערישער שולע. זינט 1934 ביז 1947 האָט שיקע דריז געדינט אינעם סאָוועטישן גרענעץ-מיליטער, אָנטיילגענומען אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. דעביוטירט אַלס דיכטער אויף די שפּאַלטן פון יידישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין סוף 20ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט. זיינע פאַר-מלחמהדיקע לידער-זאַמלונגען – "ליכטיקע וואָר" (1930) און "שטאָלענער כוח" (1934) זענען פול געווען מיט ראָמאַנטיק פונעם בויען די סאָציִאַליסטישע געזעלשאַפט. דער ייִדן-חורבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה און די אַנטי-סעמיטישע רדיפות פונעם סוף סטאַלינס הערשונג האָבן געמאַכט אַן איבערקער אין דעם דיכטערס וועלט-באַנעם. נאַציִאָנאַלע ייִדישע מאָטיוון האָבן פאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין זיין נאָך-מלחמהדיקער שאַפונג. אַזאַ איז געווען זיין דריטע לידער-זאַמלונג "די פערטע סטרונע" (1969). אייצייטיק האָט שיקע דריז געשריבן אַ סך לידער פאַר קינדער. איבערגעזעצטע אין רוסיש און אין אוקראַיִניש האָבן זיי אים געבראַכט אַ שם פון איינעם פון די פּאָפּולערסטע סאָוועטישע דיכטער פאַר קינדער.

שיקע דריז איז געשטאָרבן אין מאָסקווע אין 1971. זיין פערטע לידער-זאַמלונג "האַרבסט" איז דערשינען שוין נאָך זיין טויט, אין 1978.


וועבלינקען

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!