רוי:לעמבערגער געטא
חורבן אייראפע |
פריערדיגע עלעמענטן |
---|
נירנבערג געזעצן · |
אידן |
די נאצישע דייטשלאנד |
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם |
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע |
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע פאנאר, אדעס |
ענדגילטיקע לייזונג וואנזע קאנפערענץ ריינהארד אקציע |
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו |
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק) |
סוף מלחמה: טויט מארשן בריחה· שארית הפליטה |
אנדערע קרבנות |
פאראנטווארטליכע פארטייען |
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך · אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געסטאפא |
קאלאבאראציער |
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע |
ליסטעס |
ליסטע פון איבערגעבליבענע ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס |
רעסורסן |
די לעמבערגער געטא, דעמאלט אין פוילן, היינט אין אוקראינע, איז געווען די דריטע גרעסטע געטא אין פוילן נאך דער ווארשעווער געטא און דער לאדזשער געטא. עס האבן זיך געפונען אין אט דער געטא איבער הונדערט טויזנט יידן.
היסטאריע
אין דער שטאט לעמבערג איידער דער צווייטער וועלט קריג, האבן געוווינט ארום 110,000 יידן, זייענדיק א דריטל פון דער באפעלקערונג, ווען נאצי דייטשלאנד, האט אינוואדירט פוילן, האבן אסאך יידן אויסגעוואנדערט קיין לעמבערג, וואס האט זיך געפונען אונטער רוסישן קאנטראל, לויטן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך.
די רוסן האבן פארטריבן אסאך פון די יידן אין טיפן רוסלאנד, וואו זיי זענען פארהאלטן געווארן ביז נאכן קריג. עס ווערט געשאצט, אז ווען דייטשלאנד האט אטאקירט דעם סאוועטן פארבאנד, האבן זיך געפונען נאך 100,000 פליטים וואס זענען נישט פארשריבן געווארן.
די מלחמה
אין אפעראציע בארבאראסע איז לעמבערג איינגענומען געווארן, און אוקראינעישע נאציאנאליסטן האבן אויפגענומען די נאציס מיט פרייד, זעענדיג אין זיי באפרייער פון דעם קאמוניזם. און זיי צוזאמען מיט די נאציס, האבן דורכגעפירט א פאגראם, וואו 4,000 יידן זענען אומגעקומען, אין יוני 1941. אין יולי איז פארגעקומען נאך א פאגראם, ווען 2,000 יידן זענען געהרגט געווארן דורך שיסן אין גרובער, אין דעם יידישן בית עלמין.
עס איז אויפגעשטעלט געווארן א יודנראט, מיט יוסף פראנס אלס דער הויפט, ער איז געהרגט געווארן קורץ דערויף, ווען ער האט זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן יידן פאר צוואנגס ארבעט. אויפן 2טן אקטאבער 1941, זענען 500 יידן גענומען געווארן, אויפצושטעלן די יאנאווסקע לאגער.
די געטא
אויפן 8טן נאוועמבער, איז ארויס א באפעל, אז עס מוז אויפגעשטעלט ווערן א יידישע געטא, ביזן 14טן דעצעמבער. אין יענע צייט האט די עס.עס. אויסגעהרגט 5,000 עלטערע און קראנקע יידן, אין דעצעמבער איז אויפגעשטעלט געווארן די געטא, און עס האבן געוווינט דערין 120,000 יידן.
צווישן 16טן מערץ און 1טן אפריל, זענען 15,000 יידן פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, וואו זיי זענען פארגאזט געווארן. שפעטער יענע יאר זענען אויפגעשטעלט געווארן ארבעטס ערטער אין דער געטא. 24סטן יוני יענע יאר זענען 2,000 יידן גענומען געווארן אויף צוואנגס ארבעט, רוב זענען געשאסן געווארן אויפן פלאץ.
אין חודש אויגוסט 1942, איז פארגעקומען די גרויסע אקציע, ווען ארום 50,000 מענטשן זענען פארשיקט געווארן קיין בעלזשעץ, דער הויפט פון דער יודענראט הענעריק לאנדעסבערג, איז געהאנגען געווארן קורץ דערויף.
נאך אלע פארשיקונגען, זענען פארבליבן אין דער געטא ארום 65,000 מענטשן. אריינגערעכנט "אומלעגאלע איינוווינער", די געטא איז קלענער געווארן צו האלב, און עס איז זייער שווער געווען זיך ארום צו דרייען אינעם שטח פון דער געטא, וויבאלד עס איז געווען שווער באוואכט.
דעם 18טן נאוועמבער, איז פארגעקומען נאך א פארשיקונג, ווען 5,000 יידן זענען אומגעקומען אין בעלזשעץ. און אין נאך אן אקציע אין יאנואר 1943, זענען נאך בערך 15,000 יידן געשאסן געווארן אין דער אומגעגנט, צוזאמען מיט די יודנראט באאמטע.
דער סוף פון געטא
אויפן ערשטן יוני 1943, איז באשלאסן געווארן די אויפלייזונג פונעם געטא. אוקראינישע גויים אינאיינעם מיט היטלעריוגענד, האבן אויפגעזוכט די לעצט פארבליבענע יידן. צווישן די יידן איז געווען אן ארגאניזירטע אויפשטאנד, וואס האבן אפגעטון פארלוסטן צום פיינט. די עס עס האבן אויפגעריסן געביידעס, כדי צו אומצוברענגען יידן, 3,000 יידן זענען אומגעקומען אין דער געטא. נאך 7,000 זענען פארשיקט געווארן צו יאנאווסקא ארבעטס לאגער, סמערהייט זענען געשאסן געווארן אויפן פלאץ, עס איז מעגליך אז א טייל פון די איבערגעבליבענע וואס די נאציס האבן געפונען, זענען אפגעשיקט געווארן קיין סאביבאר.
די באפרייאונג
ווען די סאוועטישע ארמיי איז אריין אין לעמבערג, 26סטן יולי 1944, האבן זיך נאר צווישן 200 און 300 יידן געפונען אין דער געגנט, וואס האבן זיך אויסבאהאלטן.