רוי:רבי ברוך האגער
רבי ברוך האגער זצ"ל (ה'תר"ה - כ' כסלו ה'תרנ"ג), איז געווען דער צווייטער וויזשניצער רבי. ער איז באקאנט מיטן נאמען אמרי ברוך.
אפשטאם
רבי ברוך'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, דער "צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, דער "תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, דער "אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון דעם הייליגן רוזשינער. ער האט געלערנט ביי זיינע זיידעס, דער תורת חיים און דער רוזשינער.[1]
רבנות
נאך זיין חתונה איז רבי ברוך'ל געזעצן אין געלערנט פלייסיג און געדינט דעם אייבערשטן מיט הייליקייט, אלעס אויף זייער א באהאלטענעם וועג. נאך זיין פאטער'ס פטירה ערב ראש חודש חשוון ה'תרמ"ה האט מען אויפגענומען רבי ברוך'ל אלס רבי אין וויזשניץ, ער האט ווייטער זיך געפירט מיט זיין באהאלטענעם שטייגער און ער האט נישט געזאגט קיין דברי תורה ביים טיש, ווען מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער זאגט נישט קיין דברי תורה האט ער געזאגט "תורה זאגין איז גישט קיין קונץ, דער עיקר איז צו זאגין אז יעדער זאל פארשטיין און זאל וויסן אז מ'מיינט איהם אין מ'זאל טאקע יעדעם מיינין".
הסתלקות
רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן ערב שבת כ' כסלו ה'תרנ"ג.
פאמיליע
רבי ברוך'ל האט געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ. זייערע קינדער:
- הרב ישראל האגער (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), ממלא מקום פון פאטער, רבי פון וויזשניץ.
- הרב שמואל אברהם אבא האגער (ה'תרכ"ה - ל' שבט ה'תרנ"ה), פון האראדענקע.
- מרת חוה די ווייב פון הרב שמואל דוב חאדאראוו.
- מרת רייזל די ווייב פון הרב מרדכי חאדאראוו.
- הרב יצחק יעקב דוד האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - י"ג אדר ה'תרצ"ב), פון סטראזשניץ, האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין פון דאלינע.[2]
- הרב שרגא פייוויש האגער (ה'תר"ל (אומגעפער) - י"ג טבת ה'תרצ"ז), פון זאלישטשיק.
- מרת שיינדיל די ווייב פון הרב שלום יוסף פרידמאן (י"ג טבת ה'תרל"ט - י"ח שבט ה'תרפ"ג), פון טשערנאוויץ.
- הרב שלום האגער מדאמיטש
זיינע ספרים
- אמרי ברוך
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- אבן שתיה
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןshabato
- ↑ מילי דבי כנישתא, עמ' ד
פריערדיגער: רבי מנחם מענדיל האגער "צמח צדיק" |
וויזשניצער רבי תרמ"ה - תרנ"ג "אמרי ברוך" |
נאָכפאלגער: רבי ישראל האגער "אהבת ישראל" |