רוי:רבי אביגדור קרא
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
| היינטיגער מציבה פון ר' אביגדור, רעפּליקע פונעם אלטן מציבה. | |
| געבורט | רעגענבסורג |
|---|---|
| פטירה |
ט' באייר ה'קצ"ט פראג |
| שם מלא | אביגדור בן יצחק |
| טעטיגקייט אָרט | בעהמען |
| תחומי עיסוק | קבלה, פיוט |
| ספרים | את כל התלאה |
רבי אביגדור בן יצחק קרא[1] (אוועק ה'קצ"ט אין פּראג) איז געווען אַ בארימטער רב, מקובל, פּייטן און פילאזאף אין פּראג אין די ה'ק' יארן.
ביאגראפיע
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
מהרר אביגדור ק ר א |
רבי אביגדור קרא איז געווען פון דייטשן אפּשטאם, און איז ווארשיינליך געבוירן אין רעגענסבורג, דייטשלאנד, פאר ה'קמ"ט. זיין פאטער, רבי יצחק קרא, איז אומגעקומען אויף קידוש השם. טייל האלטן אז דער נאמען קרא קומט צוליב זיין גרויסע בקיאות אין מקרא, אבער אנדערע מיינען אז ער איז געווען אַן אייניקל פון רבי יוסף קרא[2]. ארום יאר קמ"ט איז רבי אביגדור באשטימט געווארן אלס דיין אין פּראג, און ער איז געווען א טייל פון דער פּראגער בית דין ביז ארום קצ"ט[3].
ער איז געווען א קאלעגע און פריינד מיט רבי יום טוב ליפּמאַן מילהויזן און רבי מנחם בן יעקב שלם, וועלכע זענען געווען וויכטיגע רבנים אין פּראג אין יענער צייט. רבי יום טוב מילהויזן איז באשעפטיגט געווען מיט קבלה, רבי מנחם שלם מער מיט פילאזאפיע, און רבי אביגדור קרא האט זיך באשעפטיגט מיט ביידע געביטן.
רבי אביגדור קרא האט געהאט אוידיענצן מיט קעניג ווענצעסלאַוס דער פערטער פון בעהמען, מיט וועלכן ער פלעגט דיסקוטירן רעליגיעזע ענינים. לויט א מסורה פון מהרי"ל איז ער געווען באליבט ביי קעניג ווענצעסלאַוס. ער האט געהאט דיסקוסיעס מיט הויכע קריסטליכע גלחים אויף טעאלאגישע ענינים, און עס זעט אויס אז יאַן הוס און זיינע קאלעגעס און תלמידים זענען געווען באאיינפלוסט פון זיינע מיינונגען.
ער איז געווען באוואוסט פאר זיין פּאלעמיק מיט קריסטן, ווי זיין קאלעגע רבי יום טוב ליפּמאן מילהויזן.
ער איז געווען איינער פון די ווייניג אידן וואס האבן איבערגעלעבט דעם איסטער פּאגראם אין פּראג אין 1389. דער פּאגראם איז פארגעקומען דעם לעצטן טאג פסח קמ"ט, אלס רעזולטאט פון א באשולדיגונג אז זיי האבן פארשוועכט א קריסטליכן שמייליגן אביעקט. כמעט אלע אידישע מענער פון פּראג - ארום 3000 מענטשן - זענען אומגעקומען, און פיל פרויען און קינדער זענען געצוואונגען געווארן צו זיך שמד'ן.
רבי אביגדור איז געפארן פיל, וואס האט געפירט צו דער פארלוירן פון א סך פון זיינע כתבי יד. ער האט געלעבט אין ארעמקייט און עס זענען געזאמלט געווארן נדבות פאר אים פון אידישע קהילות. אן אייגנארטיג בריוו וואס איז געפונען געווארן, געשריבן דורך רבי אביגדור, איז א פּאעטישע בקשה פאר פינאנציעלע הילף, וואס באשרייבט זיינע לעבנסבאדינגונגען אלס מלמד פון קינדער נאך אַן אטאקע אויף דער אידישער קהילה. עס ווערט פארגעשלאגן אז דער בריוו איז געשריבן געווארן נאך דעם קמ"ט פּאגראם[4].
רבי ידידיה טיאה ווייל[5] ברענגט אז רבי אביגדור קרא האט געשאפן א גולם.
ווערק און געדאנקען
רבי אביגדור קרא האט געשריבן אין לשון הקודש און אין אידיש[6]. ער איז געווען א קאמפּאזיטאר פון פּיוטים, און 8 פון זיינע פּיוטים האבן איבערגעלעבט. ער ווערט פאררעכנט אלס דער לעצטער אשכנזי'שער פּייטן פונעם מיטל-אלטער[7].
זיין באוואוסטע פּאָעמע אדער קינה איז "את כל התלאה אשר מצאתנו", וועלכע באטראכט די ליידן וואס די אידן פון פּראג האבן איבערגעלעבט ביי דעם קמ"ט פּאגראם. די אידן פון פּראג פלעגן רעציטירן די קינה בשעת מנחה אין יום כיפּור[8]. אירע ערשטע בוכשטאבן פארמען די אלף-בית. עס איז אויך א סליחה.
אַן אנדער באוואוסטע פּיוט איז "אחד יחיד ומיוחד" וועגן דער אייניגקייט פון ג-ט. די פּאעמע איז געדרוקט געווארן אין 'דאשׂ בענשן' (א בענטשער מיט אידיש טייטש, אמסטערדאם, תפ"ב)[9], און ווערט געזונגען אין פיל קהילות ווען א חתן ווערט אויפגערופן צו דער תורה. היינט איז אין רוב קהילות נאר פארבליבן דער אנהויב "אחד יחיד ומיוחד" אבער אן דעם המשך.
ער איז אויך געווען א באוואוסטער מקובל און איינער פון די ערשטע וואס האבן פארשפּרייט די שפּאנישע און דייטשע קבלה אין זיין געגנט. ער ווערט אנגעזען אלס דער גרינדער פון דער באוועגונג וואס האט געצילט צו געפינען א געמיינזאַמע יסוד צווישן דער קבלה פון מזרח אייראפּע און די דאקטרינען פון די שפּאנישע חכמים, בפרט רמב"ם[2].
פון זיינע קבלה'ישע ווערק זענען דערהאלטן געווארן אין כתב יד: "קודש הילולים", א קבלה'ישער פירוש אויף תהילים קנ, און א קבלה'ישע שריפט "אבן ספיר" וואס אנטהאלט אַלגאָרישע אויסלייגונגען פון חמשה חומשי תורה. עס זעט אויס אז זיין ווערק "אבן ספיר" באהאנדלט די פארענטפערונג פון סתירות צווישן קבלה און פילאזאפיע. אין איינעם פון זיינע שו"ת, זעט מען ווי ער האט געראנגלט מיט די סתירות און צום סוף געווען ערפאלגרייך[3].
עס ווערט געגלויבט אז ער האט אויך פארפאסט די קבלה'ישע ווערק "ספר האמת"[2].
טייל פון זיינע תשובות זענען אויך ערהאלטן געווארן[10]. די תשובות באהאנדלען אינטערעסאנטע טעמעס, אריינגערעכנט דאווענען צו מלאכים און זייער פונקציע אין תפילה, זיין ווערק "אבן ספיר", און דעם מנהג אויסצוטון די שיך פארן אריינגיין אין שול[3].
די קבלה ווערק ספר הקנה און הפליאה (א פירוש אויף די ערשטע זעקס קאפּיטלען פון בראשית) זענען צומאל צוגעשריבן געווארן צו אים. אבער ס'איז אנגענומען אלס א טעות[3].
משפּחה און קשרים
זיין פאטער איז געווען רבי יצחק קרא. זיינע זון זענען רבי יהודה קרא און רבי יצחק קרא. רבי אברהם בן אביגדור, א רב אין פּראג אין סוף ה'ש' יארן, איז געווען זיין אייניקל. אויך דער באוואוסטער מהרש"א, רבי שמואל איידלס, איז געווען זיין אייניקל[11].
עס ווערט געזאגט אז זיין פעטער איז געווען רבי יהודה ליוואי הזקן[12]. רבי מנחם בן יעקב קרא, וואס האט געשריבן פירושים אויף פילאזאפישע ווערק, אריינגערעכנט דער רמב"ם'ס מורה נבוכים, קען האבן געווען זיין האלבער ברודער[2].
עטליכע מקורות פארבינדן אים מיט רבי יוסף קרא, אבער אַנדערע ווענדן דאס אפ[13].
פטירה און קבורה
רבי אביגדור קרא איז אוועק אין יאר קצ"ט. לויט זיין מציבה, איז ער נפטר געווארן שבת, ט' אייר, און באגראבן געווארן זונטאג, י' אייר, קצ"ט. עס איז אבער א פּראבלעם מיט דעם דאטום, ווייל ט' אייר קצ"ט איז געווען פרייטאג און י' אייר איז דעריבער געווען שבת.
ער איז באגראבן אין דעם אלטן אידישן בית החיים אין פּראג. זיין מציבה איז די עלטסטע אידענטיפיצירטע קבורה אין דעם בית החיים.
די אויפשריפט אויף זיין מצבה איז היינט שוין שווער צו ליינען, אבער דער אריגינעלער טעקסט פון זיין מצבה איז פארשריבן אין דעם ספר גל עד[14].
רעפערענצן
- ↑ ראמאניזירט אלס Kara, Karo אדער Kroo.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 Abraham David, "Kara (Cara) Avigdor ben Isaac", Encyclopaedia Judaica, 2007.
- ↑ 3.0 3.1 3.2 3.3 Eliezer Brodt, No more Bentchers: A Review of a Sefer Given as a Wedding Gift – The Seforim Blog.
- ↑ Milan Žonca, Avigdor Kara’s Appeal Reconsidered: A Transcription and English Translation of a Begging Letter Written by a Late Medieval Scholar from Prague, Judaica Bohemiae 2, 2019.
- ↑ רבי ידידיה טיאה ווייל, לבושי בדים, תשמ"ח, עמ' לז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ זעט תלמג', "מכתבי ר' אביגדור קרא ור' מנחם שלם" אין הגות ומעשה: ספר זכרון לשמעון ראבידוביץ, חיפה, תשמ"ג זז' 43–52.
- ↑ ב"ש המבורגר, שרשי מנהג אשכנז, ג, בני ברק תשס"ב, עמ' .37.
- ↑ Jeffrey Maynard, Selichos Mikol Hashanah – one of the first Hebrew books printed in England by a Jewish printer – London, 1770, Jewish Miscellanies, April 1, 2020.
- ↑ זעט דא, בילד 5.
- ↑ א קאלעקציע פון זיינע תשובות איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל פון כתב יד אין דעם ספר "מזכרת נישואין יהודה ויעל הערשקאוויטש" און איז אויף אוצר החכמה אונטערן נאמען "ארבעה ספרים נפתחים". ארבעה ספרים נפתחים, עמ' נא א"וו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ אהרן מארקוס, Der Chaßidismus, ז' 245.
- ↑ Sherwin, Byron L. (2001). "The Legacy of Rabbi Judah Loew of Prague". European Judaism: A Journal for the New Europe. 34 (1): 124–130. doi:10.3167/001430001782384955. ISSN 0014-3006. JSTOR 41443521
- ↑ KARO family and the MaHaRaL.
- ↑ קלמן ליעבן, גל עד, פראג, תרט"ז, נו' 2.