רוי:שאלות ותשובות

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:תשובות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מיטן נאמען שאלות ותשובות (אין ראשי תיבות: שו"ת) ווערן באצייכנט די ספרים פון רבנים, אין וועלכע עס זענען פארהאן זאמלונגען פון שאלות וועגן הלכה-זאכן, וואס מען האט געפרעגט ביי די רבנים, און די תשובות וואס די רבנים האבן געענטפערט.

די שאלות ותשובות שטאמען פון דער צייט פון די גאונים, פון לערך דעם אכטן יארהונדערט אן, און די דאזיגע תשובות הגאונים געבן אונז פיל היסטארישן מאטעריאל צו קענען-לערנען דאס אידישע לעבן אין יענער צייט. שפעטער האבן צונויפגעשטעלט שאלות ותשובות ספרים די אנגעזעענסטע מחברים און רבנים פון אלע צייטן אין די פארשידנסטע לענדער. מיר האבן די שאלות ותשובות פון רש"י, רמב"ם, רא"ש, רשב"א, רבי יוסף קארו, רמ"א, מהרש"ל ביז דער נייערער צייט, ווי "נודע ביהודה" (פון רבי יחזקאל לאנדא), חתם סופר (רבי משה סופר), און פיל אנדערע.

אין די דאזיגע שאלות ותשובות ספרים זענען פארהאן זייער פיל פאקטן, פון וועלכע מען קען באקומען בילדער פון אידישן לעבן אין די פארשידנסטע צייטן און פארשידענע לענדער. ביז יעצט זענען די דאזיגע שאלות-ותשובות-מאטעריאלן נאכנישט געזאמלט געווארן סיסטעמאטיש, אבער אין טייל וויסנשאפטליכע ווערק זענען געוויסע שאלות ותשובות-מאטעריאלן געווארן אויסגעניצט. צווישן אנדערע האט אויסגעניצט די מאטעריאלן פון די שאלות ותשובות פון רמ"א, ב"ח, און אנדערע בן ציון כ"ץ אין זיין "לקורות היהודים בפולין, רוסיא וליטא".

קיין פולשטענדיגע רשימה פון שאלות-ותשובות ספרים האבן מיר נאכנישט. טייל זענען פארצייכנט אין "אוצר הספרים" פון בן יעקב, "קהלת משה" פון ווינער, און אנדערע ביבליאגראפישע ווערק. זכריה פראנקל האט אין דייטש פארעפנטליכט זיין פלאן פון א געשיכטע פון דער שאלות-ותשובות ליטעראטור נאך דער צייט פון תלמוד.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!