רוי:ספעציעלע פורימ'ס
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
אין פארשידענע אידישע ספרים ווערן געבראכט וועגן פּורימס, וואס מען האט איינגעפירט אין פארשידענע קהלות און אויך אין פּריוואטע פאמיליעס צום אָנדענק פון געשעענישן, אין וועלכע די באטרעפנדע קהלה אדער פאמיליע אדער פאמיליע־פאָטער זענען געראטעוועט געווארן פון א גרויסער געפאר. אזא פּורים איז למשל דער פּורים־פראנקפורט אין 20טן טאג אין אדר צום אָנדענק פון דער ישועה, וואָס איז געקומען אויף די פראנקפורטער אידן אין יאָר 1616, ווען זיי זענען ניצול געווערן פון דעם אידן־פיינט ווינץ פעטמילך. א פּורים איז אויך דער "פּורים פון תוספות יום־טוב", אין ערשטן טאג פון אדר צום אנדענק פון דער רעטונג פון רבי יום־טוב ליפּמאן־העלער, מחבר פון תוספות יום־טוב אין מיטן פון 17טן יאָרהונדערט. אַזעלכע פּורימס זענען בּאַקאַנט 26, און זיי זענען פאַרצייכנט אין "אוצר ישראל" זוכווארט "פּורים".