רוי:אבו

ווערסיע פון 08:14, 22 יאנואר 2025 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט ''''אַבו''' איז א ווארט, וואס איז זייער פיל באנוצט געווארן אין דער אַראַבּישער שפּראך אלס א פאר־נאמען צוזאמען מיט נאך א ווארט, למשל מען טרעפט גאנץ אפט ביי די אראבער אזעלכע נעמען, ווי "אַבּו־איסחאַק" וכדומה. דער טייטש פון ווארט "אַבו" אין אראביש איז דער זעלבער,...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אַבו איז א ווארט, וואס איז זייער פיל באנוצט געווארן אין דער אַראַבּישער שפּראך אלס א פאר־נאמען צוזאמען מיט נאך א ווארט, למשל מען טרעפט גאנץ אפט ביי די אראבער אזעלכע נעמען, ווי "אַבּו־איסחאַק" וכדומה. דער טייטש פון ווארט "אַבו" אין אראביש איז דער זעלבער, וואס פון "אב" אין לשון קודש, נעמליך: "פאטער". עס פירט זיך נאך היינט ביי טייל אראבער, אז אויב איינער פון זיי האט א זון מיט וואסער עס איז נאמען, למשל, "מוכאמעד", הייסט דער פאטער "אַבּו־מוכאַמעד", "דער טאַטע פון מוכאמעד".

אבער א חוץ דעם פלעגן די אראבער בּענוצען אויך דאס ווארט "אבו" לויט היסטארישע נעמען. למשל אזוי ווי פון חומש ווייסן מיר, אז אברהם איז געווען דער זון פון יצחק, דעריבער אויב איינער האט געהייסן בּיי די אראבער "איבראהים“ (דאס איז "אברהם"), האט מען אים אויך גערופן "אבו איסחאַק" ("דער פאָטער פון יצחק").

דאס וואָרט "אבו“, פלעגן די אראבער אויך בּאנוצן נישט דוקא אלס "פאטער", נאר אויך יעדע אנדערע קרובה’שאפט, ווי "זון", "ברודער". למשל, אז איינער האט געהייסן בּיי זיי "האַרון" (דאס איז "אַהרן"), האט מען אים גערופן אויך "אבו מוסאַ" ("דער פאטער פון משה"), כאטש משה אין חומש איז געווען נישט א פאטער, נאר א ברודער פון אהרן.

מען האט אויך באנוצט דאס ווארט "אבו" אין גייסטיגן זין, למשל, א דאקטאר האט געקענט הייסן ביי זיי "אַבו־אַלעפיאַ", וואס איז דער טייטש "דער פאטער פון געזונט", וכדומה.

מיר געבן דא ספעציעל א לענגערע אויסטייטשונג פון וואָרט "אבו", ווייל דאָס דאזיגע ווארט טרעפן מיר זייער פיל ביי די נעמען פון גרויסע אידישע חכמים פון די אראבישע צייטן און אויך שפּעטער, און די אויסטייטשונג פון דאזיגן ווארט גייט אונז קלארער מאכן די באדייטונג פון א סך נעמען.

ביבליאגראפיע: וועגן דער באדייטונג פון "אבו" האט געשריבן דער גרויסער געלערנטער פּראפעסאר משה שטיינשניידער אין אידיש־ענגלישן זשורנאל "דזשואיש קווארטערלי רעוויו", באנד 6. געוויסע באמערקונגען זענען אויך פארהאן אין די אידישע ענציקלאפּעדיעס.

זעט אויך

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!