קונע
דער קונע איז א פארעם פון א קערפערליכע שטראף באנוצט דורך אידן און גוים אין פוילן און ליטא אין שפעט מיטלאלטער, וואס איז באשטאנען פון א שאנד-סלופּ, א רינג אויף א קייט וואס איז געווען צוגעפעסטיגט צו דער וואנט, מיט וועלכע מען האט צוגעבונדן דעם פארזינדיגטן ביים האלז אדער ביי די הענט.
די קונע פלעגן אידן נוצן קעגן די וואס האבן געזינדיגט קעגן אידישקייט אדער קעגן די אינטערעסן פון דער קהילה, ווי פאר מסירה, חוצפה פאר'ן רב אד"ג[1], און איז געווען פּלאצירט אין א ווינקל פונעם קהל-שטיבל, וואס איז געווענליך געווען נעבן דער שול, ווי אין פּאָליש. דער פארברעכער איז אריינגעשטעלט געווארן אין דער קונע באלד פאר שחרית אדער מנחה פאר א צאל שטונדן; און יעדער מתפלל האט געהאט די רעכט, און אפילו געהאלטן פאר א פליכט, צו שפייען דעם שולדיגן אין פנים, און אים שלאגן און אנדערש באליידיגן.
די נאמען קונע איז פון פוילישער kuna. די סארט שטראף איז געווען פארשפרייט אין קאטוילישע קירכעס און אויף פריצ'ישע גיטער, און, להבדיל, אין מערסטנס שולן אין פוילן און ליטע. פונקט ווען די קונע איז איינגעפירט געווארן אין די אידישע געמיינדעס, איז נישט באקאנט. די אידן האבן דאס, ווי עס זעט אויס, גענומען פון זייערע קריסטליכע שכנים.
אין תמ"א איז רבי דוד לידא געווארן רב אין אשכנזישער קהילה אין אמסטערדאם, אבער נאך א קורצער צייט האט אויסגעבראכן א שווערע מחלוקת צווישן אים און די קהילה פירער, וועלכע האבן אויסגעטראכט אויף אים פארשידענע בלבולים, פארשעמט ברבים, און אים געצווינגען צו פארלאזן דעם שטאט. רבי דוד האט זיך געוואנדן צום ועד ארבע ארצות, און נאך אן אויספארשונג האבן זיי ארויסגעגעבן הארבע שטראפן פאר די פארמישטע. איינער פון די פארמישטע איז געווען א לובלינער איד סענדער, וועלכער האט מזייף געווען א צעטל און דאס אנגעלייגט אויפן רב, און דערפאר באקומען פון רבי דוד'ס שונאים 60 ר"ט. צווישן די שטראפן וואס זענען אויסגערופן געווארן אויף סענדער איז "כדי לפרסם קלונו זאל ער שטיין אין די קוני' פארן גרויסן לובלינער שול כל משך זמן התפלה של שחרית"[2].
רבי העשיל לעווין דערציילט אין זיין "עליית אליהו", א ביאגראפיע פון ווילנער גאון[3], אז אין תק"ל איז א פריידענקער באשטראפט געווארן דורך די זקנים פונעם קהל אין ווילנע. ס'איז מסתמא געווען אבא גלוסק ("גלוסקער מגיד"), וואס האט פאר'ן גאון פון ווילנא געמאכט ביליגע באמערקונגען וועגן דער הגדה של פסח. דער שולדיגער איז ארעסטירט געווארן דעם זעלבן טאג; ער האט באקומען פערציג שלעק; און איז דעמאלט אריינגעלייגט געווארן אין דער קונע. נאכן ליידן די געווענליכע באליידיגונגען, האט מען דעם אומגליקליכן מענטש ארויסגעפירט פון שטעטל און באפוילן נישט צוריקצוקומען[4].
אין תקל"ב, ווען ס'האט אויסגעבראכן די מלחמה קעגן חסידים, האט דער גאון אויסגעדריקט צו די זקנים פון קהל זיין ווינטש צו באשטראפן רבי איסר, דער ״חסידישער אפיקורס", דעם ״כהן לבעל", מיט אים אריינלייגן אין דער קונע; אבער זיי האבן זיך געפילט אומבאקוועם, צו ערפילן זיין בקשה. איסר האט באקומען בלויז די געווענטליכע "מלקות"; אבער דעם אנדערן טאג איז ער אויסגערופן געווארן קעגן אים און זיינע באגלייטער די גרויסע "חרם".
אין יאר 1782 האבן די זקנים פון מינסקער קהל, ווערנדיג באשולדיגט פון עטליכע אידישע האנטארבעטער אין אונטערדריקן דעם המון און מיט פארנוצן די פאלקס-געלט, באשטראפט די פירער פון די אומצופרידענע מיטן זיי אריינלייגן אין די קונע.
ס'האט אפילו געטראפן אז א ספר וואס מען האט פאר'משפּט אויף פארברענען, איז פריער אויפגעהאנגען געווארן אויף אזא "קונע", ווי למשל, ווייזל'ס בוך: "דברי שלום ואמת"[5].
אזעלכע "קונעס" האבן זיך געפונען אין א סך פּוילישע שולן אבער מיט דער צייט איז א טייל פון זיי געווארן ליקווידירט. אין די שולן פון: לעמבערג[6], ווילנע, ליסע, פּינטשעוו, פּיעטריקאָוו-טריב., סטריזשעוו ביי ריישע און אין די הילצערנע שולן פון פּשעדבאָזש, גאמבין, וואָרקע, דוואַרט (וואַרטאַ), האבן זיך די "קונעס" אפּגעהיטן ביז צו די לעצטע צייטן[5].
עס זענען אויך באקאנט "קונעס" אויסער פּוילן און ליטא, ווי אין דער מאטעסדארפער שול (בורגענלאנד, עסטרייך)[7].
איינע פון די מנהגים וואס די קאראאימער האבן איבערגענומען פון די אידן אין ליטע איז געווען די קונע, אין וועלכער זיי פלעגן אריינשטעלן פאר דעם קלענסטן חטא[8]
ביבליאגראפיע
- Herman Rosenthal, "KUNA", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ זעט למשל דער קראקער פנקס, געברענגט אין שמחה אסף, העונשין אחרי חתימת התלמוד, ירושלים, תרפ"ב, עמ' 133 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ רבי דוד לידא, באר עשק, ווארשא, תרס"ד, עמ' 26.
- ↑ רבי יהושע העשיל לעווין, עליות אליהו, ווילנע, תרל"ד, עמ' 47—50.
- ↑ זעט די דראמאטישע שילדערונג אין ד"ר ש. א. האראדעצקי'ס בוך: "יהדות השכל ויהדות הרגש" אינעם קאפּיטל: "הגאון מווילנה", באנד ב', ז' 360.
- ↑ 5.0 5.1 דוד דאווידאוויטש, שולן אין פוילן, בוענאס אייראס, תשכ"א, ז' 333–334; 359.
- ↑ לבוב – מרכז מורשת יהדות פולין.
- ↑ זע מ. גולדשטיין: מאמר שבע קהילות, תל-אביב תשט"ו, ז' 11.
- ↑ מ. אוריאל, "די קאראאימער פאר די לעצטע 150 יאר", ליטע א, ניו יארק: קולטור-געזעלשאפט פון ליטווישע יידן, תשי"א, עמ' 205 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).