רוי:רבינו יונה גירונדי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבינו יונה בן אברהם גירונדי (גערופן רבינו יונה און "החסיד"; נפטר 1263, טאלעדא, שפאניע) איז געווען א פוסק און בעל מוסר אין תקופת הראשונים.

רבי יונה ווערט גערופן גירונדי, ווייל ער איז געבוירן געווארן אין געראנא. ער האט אנגעפירט מיט א ישיבה; איינער פון זיינע תלמידים איז געווען רבי שלמה בן אדרת (רשב"א).

ער איז געווען א שארפער קעגנער פון פילאזאפיע און איז ארויסגעטראטן קעגן די וואס לערנען דעם רמב"ם'ס פילאזאפישן ספר מורה נבוכים. פארהאן א מיינונג, אז ער האט גורם געווען צו דער פארברענונג פון מורה נבוכים דורך די גלחים, אין פאריז אין יאר 1244. דערנאך האט רבנו יונה חרטה באקומען, און ער האט באשלאסן צו גיין קיין ארץ-ישראל און בעטן מחילה אויפן רמב"מ'ס קבר. אבער ער האט נישט באוויזן אויסצופירן זיין באשלוס.

ער האט מחבר געווען דעם פירוש אויפן רי"ף (געדרוקט נאר אויף מסכת ברכות), שערי תשובה און אגרת התשובה ווי אויך ספר היראה אויף מוסר, פירוש אויף מסכת אבות. זיינע דאזיגע מוסר-ספרים געהערן צו די וויכטיגסטע אין דער מוסר-ליטעראטור.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!