רוי:פארברענונג
פארברענונג איז דער נאָמען פון פיל כעמישע אָדער פיזיקאַלישע שטאָפן וואָס צינדען זיך אָן ווען זיי קומען אין בארירונג מיט דער לופט. טייל פון זיי צינדן זיך אָן גלייך, און אַטייל נאָך אַ לענגערער צייט. אויפרייסונגען פּאַסירן זייער אָפט דורך די פון דעם ערשטען קלאַס. מען רופט דיעזען קלאַס טעכניש מיט דעם נאָמען: "ספּאָנטאַנע איגנאַציע". אַ הויפען מיסט איגנירט אָן אַ פלאַם, ער איז אינעווייניג הייס, און אויף דער אויסען קאַלט. מעטאַלען צוגיעסען זיך פריהער איידער זיי ווערען איגנירט (רויט־הייס), אַ שטייגער ווי בליי, בלעך, און זינק. דאַגעגען אַייזן ווערט איגנירט נאָך פיעל פריהער איידער ער שמעלצט. דער אָנהויב פון איגניציע איז ביי 770 גראַד פאַרענ. ביז דעמאָלט איז ער רויט, איבער דיעזען גראַד ביז 1000 איז ער שוין ווייס־היים ביז ברילאַנט־ווייס. ביי דער אָבקיהלונג פון געשמאָלצענעם אַייזן זעט מען אַלע קאָליערען ליכט.
קוואַלן
דער דאָזיגער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט "איגניציע" אין דער אַלגעמיינער אילוסטרירטער ענציקלאָפעדיע (באַנד 2), וואָס איז היינט אינעם רשות-הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!