רוי:רבי דוב בער פון מעזריטש
ר' דוב בער פון מעזריטש, באקאנט ביי חסידים אלץ דער מעזריטשער מגיד אדער דער גרויסער מגיד אדער דער רבי ר' בער, האט איבערגענומען דער הנהגה איבער די חסידים נאך דער פטירה פון בעש"ט אין ה'תק"כ-1760. ער איז געבוירן געווארן אין יאהר ה'ת"ס צו זיינע עלטערן אברהם און שרה אין דער שטאט לאָקאַטש, וואָלין. פון אנהייב איז ער גיווען א מלמד און שפעטער געווארן א מגיד אין קאָרעץ און דאָבנאָ. ער האט געפירט די רביסטעווע אין מעזריטש און ראוונע ער איז נסתלק געווארן אין אניפולי י"ט כסלו ה'תקל"ג (1772).
דער מגיד איז געווען גאר גרויס אין נגלה און אין נסתר נאך סאך פאר ער איז געפארן צום הייליגן בעל שם טוב, דער רבי פון קאמארנע פארציילט אז ער האט געקענט זיבען הונדערט ספרים פון קבלה פאר ער איז געווען ביים בעש"ט, אין ספר שבחי בעל שם טוב שטייט, אז ווען ער איז דער ערשטער מאהל געקומען צום בעל שם, האט דער בעל שם טוב געזאגט: עס איז צו מיר געקומען א קאסטן מיט ליכט, איך האב זיי נאר געדארפט אנצינדען.
זיין הנהגה
אונטער דער הנהגה פון ר' דוב בער איז דער דרך החסידות פארשפרייט געווארן און גאר אסאך גרויסע אידן, רביים און צדיקים האבן זיך באהאפטן צום דעם נייעם דרך. אויך האט ר' דוב בער בפועל אונטערגענומען אקטיוויטעטן אויף צו פארשפרייטן תורת החסידות און ברענגן ווי מער נייע חסידים.
אנדערש ווי זיין רבי דער בעש"ט, וואס פלעגט וואנדערן צווישן די פשוטי המון עם מיט זיין לולקע ציבעך, געפירט מיט זיי געשפרעכן, און געפירט מער א פשטות'דיג התנהגות, איז ר' דוב בער געווען מער אויף אן אופן פון דער טראדיציאנאלער למדן, וועלכער האט געפירט מער אן עליטישער התנהגות. דאס, לויט עטליכע פארשער, האט צוגעגעבן צום פרעסטיזש פון דעם נייעם דרך, און דערביי האט ער געקענט צוען צו זיך למדנים און גאונים אלץ תלמידים.
כאטש ר' דוב בער איז געווען אנגענומען אלץ דער הויפט מנהיג פון דער נייע געמיינדע, זענען ווייניג פון די חשובע תלמידים פון בעש"ט געווארן תלמידים פון ר' דוב בער, כאטש עס איז מסתבר אז זיי זענען על פי רוב געווען בידידות. פון די איינצעלנע וואס זענען יא איבערגעגאנגען איז געווער ר' מנחם נחום מטשערנאביל. עטליכע חשובע תלמידים וואס האבן אליין אנגעהויבן פירן זייער הנהגה, זענען געווען ר' יעקב יוסף מפולנאה בעל "תולדות יעקב יוסף", ר' פנחס מקאריץ, ר' לייב מוכיח מפולנאה, ר' נחמן קוסובער, און נאך.
התנגדות
אין דער תקופה פון ר' דוב בער האט זיך, אינאיינעם מיט דער פארשפרייטונג פון חסידות, אויך געשטארקט דאס התנגדות, וואס איז געווארן אנגעפירט אין שפיץ פון דער ווילנער גאון און דער קהל פון ווילנא. ר' דוב בער האט געשיקט זיינע תלמידים ר' שניאור זלמן מליאדי און ר' מנחם מענדל מוויטעבסק קיין ווילנא אויף זיך צו טרעפן מיט'ן ווילנער גאון און אים ערקלערן אין די ריכטיגקייט פון די וואס גייען אין דעם דרך החסידות. די תלמידים זענען נישט ערלויבט זיך צו טרעפן מיט'ן גאון, און אהיים אן ערפאלג.
אין יאר ה'תקל"ב, איז אויסגערופן געווארן א חרם אנטקעגן חסידים דורך דעם קהל פון ווילנא, עס האט זיך אנגעהויבן א גרויס התנגדות קעגן חסידים, ספעציעל איז דאן גע'רודף'ט געווארן דער הייליגער בארדיטשובער רבי וואס איז דאן נאך געווען רב אין שטאט פינסק, די תלמידים פונעם מגיד האבן נישט געשוויגן און האבן אויסגערועפן א חרם קעגן דעם חרם פון די קהילה פון ווילנא, און ווי עס ווערט דערציילט אין ספר בית רבי האט דאן דער מגיד געזאגט פאר זיינע תלמידים אז וויבאלד זיי האבן עס נישט מקבל געווען באהבה נאר האבן זיך צוריקגעשלאגן מיט א חרם, וועלן זיי פארלירן זייער קאפ, און אייניגע חדשים שפעטע איז דער מגיד נסתלק געווארן אין אניפאלי. און דארט ליגט ער באגראבען.
זיינע תלמידים
זיין זון איז געווען ר' אברהם המלאך, דער פאטער פון ר' רבי שלום שכנא פון פראהבישט, דער פאטער פון ר' רבי ישראל פון רוזשין.
זיינע ספרים
פון ר' דוב בער איז נישט געבליבן קיין אייגענע כתבים, אבער זיינע תורות זענען צוזאמגעברענגט געווארן אין די פאלגענדע חיבורים, אפגעשריבן דורך זיינע תלמידים:
אויך ווערן געברענגט פיל פון זיינע תורות אין די ספרים פון זיינע תלמידים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!