המכלול:קרעמל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שיח עורכים











אראפ צום אונטן פון בלאט אראפ צום אונטן פון בלאט
דאס פלאץ אין המכלול מיטצוטיילן די חברים מיט אייערע געדאנקען און געפילן


רייניגונג פראיעקט - אקטיוו!

עס איז מיר באמת שווער צו באשרייבן די געפילן ווען מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג...

מען לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג, זאג איך, אבער דער חשבון צייגט אז מיר שפאנען שוין פעסט מיט ביידע פיס; נאנט צו פינף פראצענט פונעם וועג זענען מיר שוין געגאנגען! דאס איז צו פארדאנקען די פלייסיגע חברים דא וועלכע האבן קיין מינוט נישט גערוט פון רייניגן און פארבעסערן דאס פלאץ, ובפרט תנא קמא און עברי אנכי. ”וִיהִי נֹעַם ה' אלקינו עָלֵינוּ”, און אונז שיקן זיין שמירה אויף די דרכים. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 02:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

יא! נישטא קיין ווערטער. ווי שרגא און עברי אנכי קענען מעיד זיין, האבן מיר שוין געהאט אזא חלום פון א היימיש-אידישער מכלול מיט באלד 4 יאר צוריק, אבער בלויז מיט די קוראזש, מוט, ענערגיע, באשלאסנקייט און בעיקר פארשטאנד פון מורינו הרב צמא לדעת קענען מיר שוין זאגן אז דער וויזיע ווערט א רעאליטעט. שתשרה שכינה במעשי ידינו. –תנא קמא (שמועס) 02:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

אידיש פראיעקט מיט א פנים חדשות

אקטיווע מכלולאים‏, ווען עס מאכט זיך אייך א ספק וויאזוי צו שרייבן א געוויסע טערמין, ווי למשל ביים איבערטייטשן פון ענגליש אדער עברית, דארפט איר מער נישט ווארטן אז אנדערע זאלן זען אייער פראגע און אייך ענטפערן! עפנט אן אפטיילונג איבער דעם טערמין אינעם דעזיגנירטן בלאט, און דערנאך שרייבט פשוט דעם מסופק'דיגן טערמין איינגעשלאסן מיט דעם {{לקס}} מוסטער. ווען אונזערע מומחים וועלן זיך אויס'טענה'ן און קומען צו א באשלוס, וועט עס אויטאמאטיש געטוישט ווערן איבעראל וואו איר האט געניצט דעם טערמין (זעט דעם מוסטער בלאט פאר מער ערקלערונג).

דער פראיעקט בלאט איז אויך פון פריש ארגאניזירט געווארן אין דעם געלעגנהייט, אז די געטרייע מכלולאים זאלן גרינגער קענען צוקומען צו זייער באגער.

דאס אלעס, אינאיינעם מיט דאקומענטירן אייערע אריבערפירונגען און קאטעגאריע טוישונגען, וועט בעז"ה צוברענגען אז די ארבעט וועט ווערן אלץ מער פראפעסיאנאל און פארן וואס מער געשמירט, בעזר ה'. צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) האט נישט אונטערגעשריבן...

אכציג

ווי אזוי פיערט מען דא? שווערמער (שמועס) 05:57, 31 יאַנואַר 2023 (IST)

סייסט וויזוי? כאפ א באן פון די ברייטע אויסוואל פון ליניעס אין איינער פון די פילצאליגע סטאנציעס אוועילעבל אין "רוי", קום אריבער און גיימיר זיך זעצן מישן א קאקטיייל און מאכן א קנאק-יענקל אינאיינעםלחיים! . --עברי אנכי (שמועס) 06:10, 31 יאַנואַר 2023 (IST)
80 פראצענט באקוקט + 20 ארטיקלען געשאפן = 100 פראצענטיגע סוקסעס! — צמא לדעתשמועס • ט' שבט ה'תשפ"ג 10:08, 31 יאַנואַר 2023 (IST)
במחילת כבודכם, איר וויסט נישט וויזאוי מען פייערט דא 80% באקוקט - דער ריכטיגע וועג איז באקוקן נאך מיט גרעסערע אייפער! שווערמער (שמועס) 21:16, 31 יאַנואַר 2023 (IST)

א מיילשטיין דערגרייכט: פולע פאקוס אויף שרייבן

אויב איז געווען שווער צו אויסדרוקן די געפילן ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג, און געלאזט אין גאנג דעם רייניגונג פראיעקט, וויאזוי דרוקט מען עס אויס יעצט ווען דער פראיעקט ווערט שוין גערוקט אין א זייט, און מען נעמט זיך בעז"ה מיט'ן פולן אייפער און שוואונג צום עצם אינהאלט. איך שפיר אז היות די קהילה איז נאך היבש קליין (בכמות…), ווערן נישט אפגעגעבן די געקומענע צאל דאנקען און אנערקענונג פאר די אבנארמאלע ארבעט וואס די חברים לייגן אריין. עס איז פשוט נישטא גענוג מיילער דא עס ארויסצוברענגען… דעריבער וועל איך מוזן נעמען די מייקראפאן אין האנט…

  • צמא לדעת, אונזער ראש החבורה וואס האט צושטאנד געברענגט דעם פראיעקט פון שאפן דעם זייטל, און נאכדעם מיט זיין אומפארגלייכבארע ארבעט, שעות ע"ג שעות, מיט כשרונות און געניטשאפט וואס דער רבש"ע האט אים געשאנקען, וואס יעדער וואס זעט דאס צו בלייבט געפלעפט און ערשטוינט וויפיל דער איד פארקערפערט אין זיך, בלע"ה. זיין יישוב הדעת און פענאמענאלע פלייסיגקייט האבן געברענגט דעם פראיעקט אין אזא קורצע צייט צום אומגלויבליכן שטאפל ווי מען האלט ב"ה. בשם כל הקהל הק' ווילן מיר ווינטשן זאלסט ווייטער קענען טון און אויפטון דיינע מעשים כבירים ביתר שאת ועז מתוך הרחבת הדעת!
  • אונזער וויצע פרעזידענט (נעע... נאר א ווערטל) תנא קמא וואס איז פארנומען יומם ולילה לא ישבות מיט די בדק הבית, די מומחה אויף עיצוב און אויסשטעל, איבערטייטשן, טעכנישע צופאסונגען און פאררעכטיגונגען, איבערארבעטן תוכן... און וואס נישט. דער סוקסעס און פרישקייט פונעם פראיעקט איז אים קלאר צו פארדאנקען. כה לחי!
  • הרב שווערמער, דער שרייבער וואס דעליווערט רייכע אינהאלט ווי קיינעם, און קומט אריין מיט זיין אייגנארטיגע קוק-ווינקל און בויט אויף יעדע געביט פונעם פראיעקט. שווער זיך פארצושטעלן א המכלול אן אים אין די שטאב. מיר קוקן אויס פאר נאך זאפטיגע תוכן!
  • דער מנטר! נייטראלער וואס לייגט אריין איבערמידליכע כוחות מיט זיין געניטן פעדער און אויסנאמליכע חוש צו מגיהה זיין לאזט ער איבער זיינע געבענטשטע פינגער-אפדרוקן אויף יעדע ארטיקל אין המכלול. זיינע קלארע מיינונגען און געוואלדיגע עקספערטיז באגלייטן יעדע שטאפל פונעם פראיעקט. יישר כח!
  • האט'ס אמונה דער פלייסיג'סטער שרייבער, רוקט ארויס ארטיקלען פון אונטער'ן ארבל איינס נאכ'ן צווייטן בארייכערנדיג אונזער מכלול מיט אזויפיל תוכן. ב"ה ביסט אנגעקומען אהער און דער פראיעקט פארט אויף אזא טעמפא אדאנק דעם.

ואתם עמם די אנדערע מכלולאים וואס טשעקן אריין כסדר, העלפן ארויס, און לעבן אויף די מצב! --עברי אנכי (שמועס) 18:21, 20 פעברואר 2023 (IST)

א דאנק פאר דיינע ווארימע און געשמאקע רייד! אבער ווי די וועלט זאגט שוין, דעם בעסטן קינד פארגעסט מען קריצה
  • הרב עברי אנכי, א פולזייטיגער כרכא דכולא ביה מיט אן אייגנארטיגן ענוות חן, וואס ברענגט אונז כסדר פאראויס אין יעדן געביט - פון איבערזעצן וויכטיגע אנווייזונגען און הילף ביז שרייבן ארטיקלען - אזוי באשיידענערהייט. הפלא ופלא!

אלזא רבותי, נאך שבח והודיה צום באשעפער וואס האט אונז מזכה געווען אזויפיל אנצוקומען אין די פארגאנגענע קנאפע דריי חדשים, לאמיר כאפן א טיפן אטעם און טון אונזער השתדלות ווייטער - אז די קומענדיגע דריי חדשים זאלן עס נאך העט-ווייט איבערשטייגן, בסיעתא דשמיא! — צמא לדעתשמועס • כ"ט שבט ה'תשפ"ג 19:27, 20 פעברואר 2023 (IST)

וואס גייט דא פאר?

וואס גייט דא פאר? די זייגער איז שטייטער מיט צוויי שעה?! ביי שינויים אחרונים שטייט די זייגער מיט צוויי שעה פריער צמא לדעת למאי נ"מ (שמועס) 22:02, 21 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

מאכט זיכער אז איר האט ריכטיג אנגעשטעלט אייער לאקאלע צייט אין אייערע פרעפערענצן, אונטער "צייט אונטערשייד". — צמא לדעתשמועס • ו' תשרי ה'תשפ"ד 22:06, 21 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אגב, פארהאן א 12 שעה פארמאט מעגליכקייט? --עברי אנכי (שמועס) 23:44, 21 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
נישט עכט, כפי ידיעתי. מ'קען אבער שרייבן א סקריפט אדער עקסטענשאן וואס זאל עס טוישן אויפן פלאץ (אויב איז נאכנישט פארהאן אזאנס). — צמא לדעתשמועס • ז' תשרי ה'תשפ"ד 00:02, 22 סעפטעמבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]